ואני

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ואני איז א פסוק אין פרשת ויחי אין ספר בראשית אין תורה הקדושה. דער פסוק ברענגט ארויף זיסע זכרונות פון די חדר יארן, בשעת די קינדער פלעגן חזר'ן דעם 'ואני' מיטן טראדיציאנאלן ניגון, איבערזאגנדיג דערביי די הארציגע אגדה איבער די טראגישע פטירה און קבורה פון רחל אמנו. געוויסע מלמדים פלעגן טיילן גוטע זאכן צום סוף פון דער וואך, פאר די קינדער וואס האבן גוט איבערגעזאגט דעם 'ואני'. די מסורה גייט שוין אן פאר לאנגע יארן פון דור צו דור.

די ואני ווערט געזונגען מיט א ספעציעלע ניגון מקובל וואס איז ספעציעל באשטימט פאר דעם, און איז באקאנט פאר יעדעם איינעם וואס איז נאר אמאל אדורך דער חדר סיסטעם אין היינטיגער אמעריקע [אין די עלטערע כיתות פון חדר פלעגט מען זינגען די זעלבע ביי די "ברכת יעקב"].

די ווערטער גייען אזוי: "ואני" און איך יעקב, כאטש איך בין דיר מטריח מיט מיין קבורה, זאלסט מיך טראגן פון ארץ מצרים קיין ארץ כנען, אבער מיט דיין מאמע רחל האב איך נישט אזוי געטון, נאר ווי אזוי דען? "בבואי מפדן ארם, מתה עלי רחל בעוד כברת ארץ"