לדלג לתוכן

געזונט פארזיכערונג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון העלט אינשורענס)

געזונט-פֿארזיכערונג (איבערטייטש אויף ענגליש:health insurance) איז א סארט פארזיכערונג אין וועלכע דער פֿארזיכערער צאלט די קאסטן פון דאקטאר באזוכן און מעדיצינישע באהאנדלונג אין פאל דער פֿארזיכערטער ווערט קראנק אדער פארוואונדעט. די פֿארזיכערער קען זיין א פריוואטע פירמע, ארגאניזאציע, אדער א רעגירונג אגענטור.

רוב מאדערניזירטע לענדער האבן א נאציאנאלע געזונט קעיר סיסטעם אין וועלכע די רעגירונג צאלט אלע מעדיצינישע קאסטן פאר אלע אירע בירגער. די קאסטן פאר דעם סיסטעם קומט דירעקט פון שטייער און די שטייער ראטעס זענען טאקע פיל העכער אין די לענדער.


געזונט פֿארזיכערונג אין אמעריקע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אמעריקע איז געזונט פֿארזיכערונג מארקעט געשטימט און נאר די ארימע און אלטע באקומען פֿארזיכערונג אונטער די מעדיקעיד און מעדיקעיר סיסטעמען. ארום 46 מיליאן אמעריקאנער פארמאגן נישט קיין געזונט פֿארזיכערונג בכלל לויט אפיציעלע שטודיעס. געזונט קעיר קאסטן זענען זייער טייער און ווערט טייערער פון יאר צו יאר און פארשטייט זיך אז די געזונט פֿארזיכערונג ווערט אויך טייערער אלס א רעזולטאט. די וואס ארבעטן פאר גרויסע פירמעס האבן א האלבע לעזונג אבער אויך זיי צאלן יעדעס יאר מער און מער ווייל ווען די פרייזן הייבן זיך דעקן די פירמעס ווייניגער און ווייניגער.


שטודיעס ווייזן אז רוב אמעריקאנער אונטער 65 יאר באקומען פֿארזיכערונג פון זייערע ארבעט'ס פלעצער וועלכע ווערט גערופן א גרופע פֿארזיכערונג. דער גענויער ציפער שטייט היינט ביי בערך 61 פראצענט פון ארבייטער וואס האבן פֿארזיכערונג. די סארט פֿארזיכערונג באקומט מען נישט אומזיסט נאר ענדערש ביליגער וויבאלד עס ארבעט אין א גרופע און יעדע זאך וואס מען קויפט אסאך קען מען באקומען ביליגער. דער אייגנטומער פון די פירמע מאכט דעם פאליסי און אלע ארבייטער צאלן אראפ א טייל פון זייער געהאלט פאר פֿארזיכערונג וועלכע קומט זיי אויס פיל ביליגער און טוט נישט אזוי וויי ווייל עס גייט נישט ארויס דירעקט פון טאש.

נאך א סיבה פארוואס א גרופע פֿארזיכערונג איז אזוי ביליג איז ווייל די פֿארזיכערונג פירמע רעכנט אז אויב איינער קען גיין ארבייטן איז ער געווענליך א געזונטע מענטש און די קאסטן פאר פֿארזיכערונג וועלן נישט זיין אזוי הויך. די פֿארזיכערונג פירמע וועט אפילו נישט מאכן קיין מעדיקאלע עקזאם אויף דעם זעלבן חשבון.

ארבעטס געבער דארפן נישט געבן קיין פֿארזיכערונג לויטן געזעץ אבער יעדע נארמאלע ביזנעס וועט דאס צושטעלן ווייל אנדערש וועלן זיי נישט קענען טרעפן קיין גוטע ארבעטערס. די גאר גרויסע פירמעס צאלן אליינס פאר פֿארזיכערונג אלס א באנוס פאר זייערע ארבעטערס און די קלענער רעכנען עס אראפ פון דאס געהאלט און טייל נעמען נאר אראפ א טייל פון די קאסטן.

די פֿארזיכערונג פירמעס ווילן נישט רעכנען קיין סאך געלט פון די פאליסי האלטער נאר האבן נישט קיין אנדערע ברירה. אויב מענטשן נוצן ווייניגער מעדיצינישע הילף וועלן זיי געווענליך נידערן די פרייזן פון די פאליסי דעם נעקסטן יאר. געזונט פֿארזיכערונג פאליסיס ווערן איבערגעארבעט איינמאל א יאר און ווערט אויסגעשטעלט לויט דעם היסטאריע פון דעם פארגאנגענעם יאר.

אין א גרופע פֿארזיכערונג איז פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי מען קען נאכמער נידערן די קאסטן פון פֿארזיכערונג. טייל פירמעס מאכן ספעציעלע געזונטהייט פראגראמען אין וועלכע זיי פארלאנגן זייערע ארבייטער א רייע סטאנדארטן פון עסן, איבונגן, און הלך ילך, אויף וועלכע שטודיעס ווייזן אז אזעלכע מענטשן האבן געווענליך ווייניגער פראבלעמען. די פֿארזיכערונג פירמעס רעכנען זיך אויך מיט דעם און וועלן אראפלאזן די פרייזן פאר אזא גרופע. טייל פירמעס וועלכע צאלן א טייל פון די פֿארזיכערונג קאסטן אלס א באנוס עלימינירן די איבעריגע קאסטן פון די ארבייטער אויב זיי שרייבן זיך איין אין דעם פראגראם.


נאציאנאלע געזונט פֿארזיכערונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פעדעראלע רעגירונג שטעלט אליינס אויף צו געזונט פֿארזיכערונג פראגראמען פאר די וואס קענען דאס נישט אנדערש באקומען. די פראגראמען זענען איינגעטיילט אין דריי באזונדערע פראגראמען באקאנט אלס מעדיקעיר,מעדיקעיד, און עס.סי.עיטש.איי.פי.

מעדיקעיר איז א געזונט פֿארזיכערונג פראגראם פאר אלע מענטשן העכער 65 יאר. דער פראגראם איז אויך פאר דיסעיבעלט מענטשן אדער פאר מענטשן מיט פארשידענע אנדערע ערנסטע קראנקהייטן ווי פארפאלענע קידניס. די געזונט פֿארזיכערונג איז צעטיילט צו פלאן עי. וועלכע איז שפיטאל פֿארזיכערונג און פלאן בי. וועלכע איז מעדיקאלע פֿארזיכערונג. אנגעהויבן פון דעם געוועזענעם יאנואר איז צוגעקומען אויך פרעסקריבשן דראג דעקונג. מעדיקעיד איז די פֿארזיכערונג פאר די ארימע, אדער מענטשן מיט לעבנס לענגליכע קראנקהייטן ווי בלינדע, טויבע און אנדערע דיסעביליטיס פאר קיין שום איד נישט געזאגט. די רעגירונג באשליסט פאר וועמען יא און נישט צו געבן מעדיקעיד און דאס איז געוואנדן פון שטאַט צו שטאַט.

די עס.סי.עיטש.איי.פי. פראגראם איז געמאכט פאר פאמיליעס וועלכע'ס עלטערן פארדינען מער צו קענען באקומען מעדיקעיד אבער וויבאלד זיי האבן קינדער זענען די אויסגאבן זייער גרויס האט די רעגירונג צוגעשטעלט א געזונט פֿארזיכערונג פראגראם פאר די קינדער אונטער 19 יאר. די מאקסימום וואס מען מעג פארדינען צו קענען גיין אונטער דעם פראגראם איז 36,200 פער יאר. יעדע פאל איז אנדערש און אמאל וועלן די עלטערן צאלן נאר א קליינע אפצאל און אמאל וועט עס זיין גענצליך פריי.


אינדיווידועלע פֿארזיכערונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אינדיווידועלע געזונט פֿארזיכערונג איז די טייערסטע וועג צו באקומען געזונט פֿארזיכערונג און איז געמאכט פאר די וואס פארדינען געהעריג אבער זייערע ארבעטס געבער שטעלן נישט צו קיין פֿארזיכערונג, צי ווייל זיי ווילן נישט צי ווייל עס איז נישט פאראן גענוג ארבייטער צו מאכן א גרופע, אדער ווען מען ארבעט פאר זיך אליינס.

די פֿארזיכערונג פירמעס וועלן פארלאנגן מען זאל מאכן מעדיקאלע עקזאמען ווייל פאר א מענטש מיט פראבלעמען וועלן זיי פארלאנגן פיל מער געלט און ווידער א מענטש מיט א גוטע היסטאריע וועט קאסטן פיל ביליגער. אבער אפילו אין בעסטן וועג וועט אינדיווידועלע פֿארזיכערונג זיין זייער טייער און איז ספעציעל שווער פאר די מיליאנען מיטל פארדינער וועלכע באקומען נישט קיין געזונט פֿארזיכערונג פון די ארבעט און דארפן עס צאלן פון די אייגענע טאש.

דערפאר זענען פאראן אזויפיל מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פֿארזיכערונג פשוט ווייל זיי קענען זיך נישט ערלויבן דאס צו באצאלן. אזא מענטש פארדינט מער וויפיל ער זאל זיין אנגענומען ביי מעדיקעיד אבער פארדינט נאך אלץ נישט גענוג צו קענען באצאלן אזא פעטע געזונט פֿארזיכערונג. די מענטשן ציילן היינט 46 מיליאן און ארום זיי מאכט מען אלע דיסקוסיעס וועגן געזונט קעיר רעפארם. דאס פארנעמט א זעקסטל פון די סך הכל איינוואוינער און פארנעמט איבער 30 פראצענט פון די ארבעטס קראפט.


קאברא איז א רעגירונג באשיצונג צו ארבייטער וועלכע באקומען געזונט פֿארזיכערונג פון זייערע ארבעטס געבער און פארלירן זייער דזשאב. אין אזא פאל וועט דער ארבעטס געבער לעגאל מוזן ווייטער צושטעלן געזונט פֿארזיכערונג פאר דעם אינדיווידועל ביז א מאקסימום פון 36 מאנאטן.

די דעטאלן פון דעם פלאן איז געוואנדן לויט די ארבעט וואס מען האט געהאט און פארוואס מען האט פארלוירן דעם דזשאב. אן ארבייטער וואס האט נאר געארבעט אין די פירמע פאר א קורצע צייט וועט נישט מוזן באקומען קיין געזונט פֿארזיכערונג און אזוי אויך נישט אן ארבייטער וואס מען האט פארשיקט ווייל ער האט געמאכט גניבות אדער אנדערע פראבלעמען.

די פירמע דארף נישט באצאלן פאר די געזונט פֿארזיכערונג פון יענעם אינדיווידועל נאר מוז אים האלטן אלס א טייל פון די גרופע. דאס שפארט דעם מענטש צייט און געלט ווייל אנדערש וואלט ער געברויכט מאכן א נייע פאליסי און וואלט געצאלט פיל טייערער, ספעציעל אויב האט ער א מעדיקאלע פראבלעם.


געזונט פֿארזיכערונג סארטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען א מענטש וויל קויפן א געזונט פֿארזיכערונג פאליסי איז פאראן צוויי סארטן: אינדעמניטי (באקאנט אלס אפצאל-פאר-סערוויס) און מענעדזשד קעיר. דער חילוק איז זייער פשוט. אינדעמניטי פֿארזיכערונג קאסט טייערער און ווען דער פאליסי האלטער האט א פראבלעם קען ער/זי גיין צו וועלכע דאקטאר עס שמעקט און די פֿארזיכערונג פירמע וועט עס באצאלן. א מענעדזשד קעיר פאליסי איז ביליגער אבער עס ערלויבט נאר צו נוצן דאקטוירים אין א נעטוואורק. טייל פֿארזיכערונג פירמעס פארמאגן אן אייגענע נעטוואורק פון דאקטוירים און טייל מאכן קאנטראקטן מיט שפיטעלער און דאקטוירים וועלכע זיי באצאלן פאר זייער סערוויס צו זייער פאליסי האלטער. דאס קומט אויס ביליגער, ווי פריער דערמאנט, אז יעדע זאך וועלכע מען קויפט אסאך אויפאיינמאל איז ביליגער. יעדע דאקטאר וועט מסכים זיין צו געבן סערוויס פאר אביסל ביליגער אויב ער באלאנגט צו א גרויסע פֿארזיכערונג פירמע ווייל אזוי איז ער פארזיכערט אז ער וועט שטענדיג האבן פאציענטן.

דער חילוק אין פרייז איז אסאך און דערפאר וועלן רוב מענטשן גיין מיט א מענעדזשד פאליסי. א שטודיע פון די לעיבאר דעפארטמענט האט געוויזן אז אין א משך פון די לעצטע 4 יאר וואלט אן אינדעמניטי פאליסי געקאסט מיט בערך 500$ דאלאר פער יאר פער מענטש. פאר א דורכשניטליכע פאמיליע פון פינף מיינט דאס צוויי און א האלב טויזענט דאלאר פער יאר.

אין צוגאב צו די צוויי הויפט געזונט פֿארזיכערונג פאליסיס איז פאראן פארשידענע אנדערע פאליסיס און סערוויסעס וועלכע מען קען צולייגן צום הויפט פאליסי:

שפיטאל-אפעראציע – אזא סארט פאליסי גיט באגרעניצונגן אין פאל עס קומט צו גיין אין שפיטאל. עס דעקט אלע הויפט סערוויסעס און האט נישט קיין דעדאקטעבל אבער אין פאל עס ציט אריין אין גרויסע קאסטן וועט עס נישט אלעס דעקן ווייל די פאליסי צאלט נאר ביז א געוויסע לימיט.

קאטאסטראפיש – די סארט געזונט פֿארזיכערונג איז געמאכט פאר מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם צו צאלן ווען מען גייט אמאל צום דאקטאר אבער ווילן זיין באשיצט פון א הויפט עמוירדזשענסי ווען מען דארף אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל און באקומען מעדיצינישע באהאנדלונג אין גרויסע קאסטן. אזא פאליסי איז ביליג און האט פארשטייט זיך גרויסע דעדאקטעבלס. אזא פאליסי איז געאייגענט פאר א גוטע פארדינער וואס וויל באשיצן זיין געלט אין פאל פון א גרויסע עמוירדזשענסי גענוי ווי ער וויל זיך באשיצן פון א פייער. דאס פאסירט נישט צו אפט און דערפאר וועט די פֿארזיכערונג פירמע דאס פארקויפן פאר ביליג.

לאנגע טערמין – מען צאלט א באזונדערע סומע אין פאל מען דארף פארבלייבן אונטער מעדיצינישע באהאנדלונג פאר א לאנגע צייט.

ספעציעלע קראנקהייטן – מען קען קויפן פאליסיס וועלכע זענען ספעציעל געמאכט צו דעקן די קאסטן פון געוויסע מחלות אין פאל עס וועט פאסירן. מען קויפט אזעלכע פאליסיס קעגן דייעביטיס און די ביטערע מחלה.

שפיטאל אינדעמניטי – דאס איז אן אויסגעברייטערטע פֿארזיכערונג אין פאל מען ווערט האספיליזירט און מען קען נישט ארבעטן. די פֿארזיכערונג פירמע באשטימט א סומע וואס זי וועט צאלן אין אזא פאל פער טאג און דאס געלט גייט דירעקט צו דעם פאליסי האלטער פאר זייטיגע אויסגאבן וועלכע קומען מיט ווען א מענטש ליגט אין שפיטאל.

דיסעביליטי – א ספעציעלע פֿארזיכערונג אין פאל עפעס ערנסט פאסירט און מען קען מער נישט ארבעטן. די פאליסי פארזיכערט 60 פראצענט פון דאס געהאלט אויף א שטרעקע פון א פון פריער באשטימטע צאל יארן. אזא סארט פֿארזיכערונג קען גיין ביז די 65 יאר ווען פענסיע און מעדיקעיר נעמען איבער.

דענטאל און זעהקראפט – אזא פֿארזיכערונג קען מען צוקויפן צו א פאליסי אדער קען מען דאס קויפן אלס א באזונדערע פראדוקט. די סארט באהאנדלונג איז נישט געדעקט אין רוב פאליסיס ווייל געווענליך איז עס נישט אזוי טייער און מען קען זיך דאס ערלויבן צו צאלן.


אינדעמניטי פֿארזיכערונג איז די טראדיציאנאלע פֿארזיכערונג פלאן וואס די עלטערע דורות האבן געהאט. מען ווערט געדעקט פאר דאקטאר באזוכונגן, האספיטאליזאציע, אפעראציע אדער אנדערע מעדיקאלע אויסגאבן. אויסער די הויפט דעקונג איז פאראן אויסנאם מעדיקאלע אויסגאבן וועלכע ווערן נישט געדעקט אינעם סטאנדארט פלאן. אויב קויפט מען צו אזא דעקונג וועט עס צאלן אלע אויסגאבן וואו וויייט עס זאל גיין. רוב פֿארזיכערונג וואס ווערט צוגעשטעלט דורך ארבעטסגעבער דעקט ביידע און ווערט גערופן קאמפרעהענסיווע פֿארזיכערונג.

אין יעדע אינדעמניטי פֿארזיכערונג פלאן וועט דער קאסטומער דארפן באצאלן אלע מעדיקאלע אויסגאבן פון זיין/איר אייגענע טאש און דאן וועט מען דארפן אויספילן די נויטיגע דאקומענטן און שיקן צו די פֿארזיכערונג פירמע וועלכע וועט אומקערן די קאסטן.

אין יעדע פלאן איז פאראן א דעדאקטעבל פון א געוויסע יערליכע סכום וועלכע דער פאליסי האלטער וועט דארפן ערשט צאלן פון די אייגענע טאש בעפאר מען קען עפעס צוריק באקומען פון די פֿארזיכערונג פירמע. געווענליך איז א דעדאקטעבל בערך 250$ פער אינדיווידועל אבער עס קען גיין ביז 10,000$. ווי העכער די דעדאקטעבל אלס ביליגער איז די פאליסי. פאר א געזונטע מענטש וועלכע פארדינט נארמאל און וואלט נישט געגאנגן קראך פאר עטליכע טויזענט דאלאר איז א הויכע דעדאקטעבל געווענליך ביליגער אין די ענדע. איינער וואס קען זיך נישט זען ארויסנעמען א פאר אלפים פאר א דאקטאר וועט ענדערש נעמען א נידעריגע דעדאקטעבל אבער זיין מאנאטליכע אפצאל וועט זיין פיל טייערער.

רוב פאליסיס צאלן נאר 80 פראצענט פון די מעדיקאלע קאסטן און דאס ווערט גערופן די קא-פֿארזיכערונג. געוויסע פאליסיס צאלן אמאל יא 100 פראצענט אבער דער כלל איז אז קיין איין פאליסי וועט נישט דעקן יעדע פעני. די פרייזן פאר מעדיקאלע באהאנדלונג איז אנדערש לויט דעם גיאגראפישן געגענט וואס מיינט אז די פֿארזיכערונג פירמעס וועלן שטענדיג נאר צאלן דעם דורכשניטליכן פרייז אויף די מארקעט. אויב א פאליסי האלטער פאלט אריין אין שפיטאל אין עפעס א דערפל און די קאסטן זענען זייער הויך וועט די פֿארזיכערונג פירמע נישט באצאלן אלעס און דאס וועט דארפן גיין פון די אייגענע טאש.

אבער רוב פֿארזיכערונג פירמעס געבן א באשיצונג אז אויב מען דעגרייכט א געוויסע מאקסימום קאסטן וועט די פירמע פון דארט און ווייטער צאלן 100 פראצענט. דאס ווערט אנגערופן א סטאפ-לאס-באשיצונג. אין דער זעלבער צייט איז אויך פאראן א מאקסימום וויפיל די פֿארזיכערונג פירמע וועט באצאלן וואס איז געווענליך א מיליאן דאלאר. אויב מען באקומט מעדיקאלע באהאנדלונג מער ווי א מיליאן דאלאר וועט די פֿארזיכערונג פירמע מער נישט צאלן ווייל זי האט שוין דעגרייכט איר יערליכע מאקסימום. טייל פאליסיס דעקן נישט קיין יערליכע דאקטאר באזוכונגן פון א געזונטע מענטש וואס פאר א גרויסע פאמיליע קען דאס אליינס מיינען אסאך קעש ארויס פון טאש.

דער כלל איז אז קיין איין פֿארזיכערונג פאליסי דעקט נישט אלעס און מען דארף אלץ ליינען די קליינע שורות צו וויסן פון פאראויס וואס ווערט יא אדער נישט געדעקט. די פֿארזיכערונג פירמעס פרובירן צו פארדעקן די באהאלטענע תנאים און זיי טויגן דערצו.

די מעלות פון אן אינדעמניטי פאליסי איז אז מען קען גיין צו יעדע דאקטאר אדער שפיטאל און מען דארף זיך קיינמאל נישט זארגן אז מען איז אויסער די נעטוואורק. נאך א מעלה איז אז מען דארף נישט באקומען א ריפערל בעפאר מען גייט צו א ספעציאליסט. די חסרון פון אינדעמניטי פאליסיס איז די פרייזן וועלכע זענען אסאך טייערער ווי א מענעדזשד פאליסי.


מענעדזשד קעיר פאליסיס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א מענעדזשד קעיר פאליסי איז א פון פריער באצאלטע פֿארזיכערונג פלאן וועלכע שטעלט צו דעקונג און אויך געזונט קעיר זעלבסט. אין א געוויסן פונקט איז א מענעדזשד קעיר פאליסישטארק אין קאנטראסט פון אן אינדעמניטי פאליסי וואו א דאקטאר באזוך איז א קלעים. אין א מענעדזשד קעיר פאליסי ווילן די פֿארזיכערונג פירמעס מען זאל גיין רעגולער צום דאקטאר און אזוי ארום פארמיידן פראבלעמען וועלכע שלעפט אריין אין גרויסע קאסטן. דער חשבון איז זייער פשוט, אויב יעדער וועט זיך געהעריג אונטערזוכן ביי א דאקטאר וועט מען קענען פארמיידן קראנקהייטן און רעדוצירן די קאסטן און אזוי ארום וועט די פֿארזיכערונג פירמע מאכן מער געלט.

אין יעדע מענעדזשד קעיר פאליסי פארמאגט די פֿארזיכערונג פירמע א נעטוואורק פון דאקטוירים און שפיטעלער מיט וועמען זי האט קאנטראקטן און די פאליסי האלטער קענען נאר נוצן די נעטוואורק צו זיין געדעקט. דערפאר איז א מענעדזשד קעיר פאליסי ביליגער ווייל די דאקטוירים אינעם נעטוואורק רעכנען ביליגער פאר די פֿארזיכערונג פירמע דורכדעם וואס די פירמע שטעלט צו א שטענדיגע פלוס פון קאסטומערס. נאך א זאך וואס מאכט דאס ביליגער איז דער פאקט אז די פֿארזיכערונג פירמעס האנדלן נאר מיט געוויסע נעטוואורקס וואס רעדוצירט אויך די אדמיניסטראציע קאסטן און מאכט פיל גרינגער די ארבעט.

מענעדזשד קעיר פאליסיס קומען אין פארשידענע פלענער. אט זענען די הויפט:

עיטש-עם-או (געזונט מעינטענענס ארגאניזאציע) – אין די סיסטעם באקומט יעדער פאליסי האלטער א פריימערי דאקטאר אין זיין געגנט צו וועלכע ער/זי וועט שטענדיג גיין פאר אונטערזוכונגן. געווענליך איז נישט פאראן קיין דעדאקטעבלס אבער עס איז יא פאראן א געוויסע אפצאל יעדעס מאל מען גייט צום דאקטאר (צווישן 10$ און 25$) און דאס ווערט אנגערופן א קא-פעי. יעדעס מאל מען דארף גיין צו א ספעציאליסט דארף מען ערשט באקומען א ריפערל פון דעם פריימערי דאקטאר.

עיטש-עם-או'ס פארמאגן טיילמאל זייערע אייגענע דאקטוירים, שטאב, און איינארדענונגן אדער וועט דאס זיין קאנטראקטעד מיט אנדערע דאקטוירים גרופעס און אויך אינדיווידועלע דאקטוירים. יעדע דאקטאר אדער גרופע אויסער אן עיטש-עם-או ווערט אנגערופן איי-פי-עי (אינדיווידועלע פראקטיק אסאסיאציע).

אי-פי-או (עקסקלוסיוו פראוויידער ארגאניזאציע) – דאס איז ענליך צו עיטש-עם-או מיט די איינציגסטע חילוק אז מען ברויך נישט האבן א פריימערי דאקטאר און מען דארף נישט נעמען קיין ריפעלרס. צו יעדע צייט קען מען גיין צו סיי וועלכע דאקטאר אינערהאלב די נעטוואורק און מען איז געדעקט.

פי-או-עס (פאוינט אוו סערוויס) – אין אזא פאליסי באקומט מען אביסל פון ביידע וועלטן. עס איז פאראן א נעטוואורק און מען ברויך האבן א פריימערי דאקטאר אבער אויב מען וויל קען מען אויך גיין צו א צוויטע דאקטאר אויסער די נעטוואורק און מען וועט נאך אלץ ווערן געדעקט נאר מען וועט דארפן צאלן א דעדאקטעבל (בערך 300$) און אויך א קא-פֿארזיכערונג פון 30 אדער 40 פראצענט. די מעלה איז אז מען קען זיך שפארן ווען מען נוצט די נעטוואורק דאקטוירים אבער אויב עס פעלט אויס קען מען אויך גיין צו א צווייטע דאקטאר און מען וועט נאך אלץ ווערן געדעקט, מער ווייניגער.

פי-פי-או (פריפערד פראוויידער ארגאניזאציע) – איז א גרופע פון דאקטוירים און שפיטעלער וועלכע שטעלן צו מעדיקאלע באהאנדלונג נאר צו א ספעציפישע גרופע אדער אסאסיאציע און ווערט געספאנסערט דורך אן פֿארזיכערונג פירמע. יעדער קען ווערן א מיטגלידער פון א פי-פי-או און יעדעס מאל מען נוצט איינע פון זייערע דאקטוירים איז מען געדעקט אויף 90 פראצענט. מען קען אויך נוצן אן אנדערע דאקטאר אינדרויסן פון די נעטוואורק אבער דארט ווערט מען שוואכער געדעקט און מען וועט דארפן צאלן א קא-פֿארזיכערונג און א דעדאקטעבל גענוי ווי בי א פי-או-עס פאליסי.

די הויפט מעלה פון א פי-פי-או איז דאס עס איז פאראן א מאקסימום וואס מען דארף ארויסנעמען פון די אייגענע טאש אויב מען ווערט אריינגעצויגן אין גרעסערע קאסטן. די מאקסימום וואס מען צאלט אינערהאלב די נעטוואורק איז בערך 2,000$ פער פאמיליע און די מאקסימום וואס מען וועט צאלן אויסער די נעטוואורק איז בערך 3,500$ פער פאמיליע. איינמאל מען האט שוין געצאלט די מאקסימום וועט די פאליסי צאלן אלעס פון דארט און ווייטער ביז די פאליסי מאקסימום וועלכע איז ביי רוב פירמעס א מיליאן דאלאר אדער מער.


אויסנאמען און באגרעניצונגן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קיין איין פאליסי וועט נישט צאלן אין די וועלט אריין. אלע פאליסיס קומען מיט אויסנאמען און האבן באגרעניצונגן מיט וועלכע די פֿארזיכערונג פירמעס באשיצן זיך. נאך אלעם זענען זיי נאר פירמעס וועלכע זוכן צו מאכן געלט און אנדערש וואלטן מיר גארנישט געהאט.

געווענליכע אויסנאמען זענען ווי פאלגענד:

רוב געזונט פֿארזיכערונג פאליסיס האבן א ווארט צייט אפשניט פאר פאליסי האלטער מיט פראבלעמען וועלכע איז צווישן 6 און 12 מאנאטן. צום ביישפיל אויב איינער ליידט פון אן אנגייענדיגע פראבלעם און פארלירט זיין דזשאב וועט ער/זי דארפן טרעפן פֿארזיכערונג פון א צווייטע פירמע אויף דערווייל צו פארמיידן א ווארטן צייט אפשניט מיט די נייע פאליסי.

קיין איין פאליסי וועט נישט דעקן מעדיקאלע באהאנדלונג וועלכע איז נישט וויכטיג פאר דעם מענטש'נס געזונט. אלע אנדערע באהאנדלונגן דארף מען צאלן פון די אייגענע טאש.

אמאל האבן רוב פֿארזיכערונג פירמעס נישט געוואלט הערן פון אנדערע סארט באהאנדלונגן אויסער מעדיקאלע. אויב איינער האט באשלאסן צו נעמען נאטורליכע היילונג אדער אנדערע קאנצעפטן האט די פֿארזיכערונג פירמע נישט געהאלטן ביים באצאלן. היינט איז אביסל אנדערש זינט מער היילונג קאנצעפטן זענען אנגענומען אלס ווירקזאם. די אלע זאכן וועט שטיין אין קלארע ווערטער אין די פאליסי און מען דארף דאס וויסן פון פאראויס.

מענטאלע באהאנדלונגן ווערן געווענליך אויך געדעקט אבער עס איז זייער קאמפליצירט און פֿארזיכערונג פירמעס פרובירן זיך ארויסדרייען וואו ווייט מעגליך. א וויכטיגע כלל צו געדענקן אין יעדע פאליסי איז שטענדיג צו נעמען א ריפערל פון א פריימערי דאקטאר.


אין קליינע פירמעס איז געווענליך נישט פאראן קיין צוויי ברירות אבער אין גרויסע פירמעס און דאס זעלבע ווען עס קומט צו אן אינדיווידועל וואס זוכט צו קויפן א פאליסי, איז פאראן מערערע ברירות און מען דארף וויסן וויאזוי צו מאכן א גוטע אויסוואל.

די ערשטע זאך צו נעמען אין באטראכט איז דער פאקט אז אן אינדעמניטי פאליסי צאלט נישט פאר רעגולערע דאקטאר באזוכונגן. אויב האט איר א פאמיליע מיט עטליכע קינדער וועט דאס אליינס אריינציען אין גרויסע קאסטן. אן פֿארזיכערונג פאליסי דארף געקליבן ווערן לויט אן אינדיווידועל'נס פינאנציעלער מצב. אויב האט מען גוט פרנסה איז פיל ביליגער צו נעמען א גרויסע דעדאקטעבל אזוי לאנג ווי יעדער איז געזונט. עס מאכט זיך פראבלעמען דא און דארט און בעיקר פון וואס מען דארף זיך באשיצן איז אין פאל עס קומט עפעס ערנסט. איין אזא אינצידענט קען אפווישן געלטער וואס האט געדויערט לאנגע יארן צו זאמלן. מען מעג נישט זיין קיין אויבער חכם און עס איז ענדערש מען זאל צאלן א גאנץ לעבן פאר אן אינצידענט וועלכע וועט מעגליך קיינמאל נישט אנקומען. עס וועט קאסטן מער געלט אינעם לאנגן טערמין, און דאס איז איין זאך זיכער, אבער עס איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה. איר האט אמאל אריינגעטראכט פאר וועמען די סופערמארקעט געשעפטן פארקויפן א פעקל פעמפערס פון 20 שטיק? אויב איינער האט א קליין קינד וועט 20 פעמפערס אויסגיין אין עטליכע טעג און מען וועט דארפן קומען קויפן נאך נאכאמאל און נאכאמאל. עס נעמט אויף צייט און קאסט פיל מער ווי קויפן א גרויסע שאכטל. אבער נישט יעדער קען זיך ערלויבן צו צאלן אזויפיל געלט אויפאיינמאל. עס זענען פאראן מענטשן וואס פארדינען ברויט אויף הויזן און זיי קענען נאר קויפן א קליינע זעקל פעמפערס אויפאיינמאל ווייל דאס איז נישט די איינציגסטע זאך וואס זיי ברויכן האבן צום לעבן.

דאס זעלבע איז מיט פֿארזיכערונג. עס איז פיל ביליגער אויב מען זאל נאר דארפן צאלן די אמאל אמאל ווען עס מאכט זיך אן ערנסטע פראבלעם. אבער דער מיטעלער פארדינער קען זיך דאס נישט ערלויבן און וועט דערפאר דארפן צאלן מאנאטליך א סומע וועלכע ער קען זיך יא ערלויבן.

מען זאל קיינמאל נישט פארנאכלעסטיגן אן פֿארזיכערונג פאליסי און דאס איז געזאגט אויף יעדע וויכטיגע פֿארזיכערונג ווי אויטא פֿארזיכערונג און פייער פֿארזיכערונג. טראכט נישט אז עס וועט נישט פאסירן ווייל זאכן פאסירן אין לעבן און יעדער האט אמאל אן איבערראשונג צו וועלכע מען דארף זיין באשיצט.

אויב זענט איר איבערגענומען פון א געוויסן דאקטאר וועלכע אייער באבע האט נאך גענוצט וועט איר נישט קענען נעמען א מענעדזשד קעיר פלאן ווייל אפילו אויב די פאליסי וועט ערלויבן יעדע דאקטאר אויסער די נעטוואורק וועט עס אבער זיין צו טייער.

פאראן מענטשן וועלכע געטרויען דעם דאקטאר מיט אלעם און פאראן וואס וועלן שטענדיג פארזיכערן אויך מיט א ספעציאליסט. אויב זענט איר פון דעם צווייטן סארט איז דער סיסטעם פון ריפערלס א פראבלעם ווייל די פריימערי דאקטוירים זענען ארבעטער פאר די נעצווערק און וועלן נישט אזוי שנעל שיקן צו א ספעציאליסט.