הייליגע רוימישע אימפעריע
די הייליגע רוימישע אימפעריע (דייטשיש: Heiliges Römisches Reich) איז געווען א צוזאמענשטעל פון ראיאנען און פרייע שטעט אין צענטראלער אייראפע געהערשט פון א קייסער געווילט דורך די פירשטן און מאגיסטראטן פון די אלע ראיאנען און שטעט אין דער אימפעריע.
די אימפעריע האט אנגעהויבן אין יאר 800 ווען דער מלך קארל דער גרויסער פון די פראנקען איז געקרוינט געווארן קייסער. נאך זיין טויט איז זיין אימפעריע געווארן געטיילט צווישן זיינע דריי זין. אין 962 איז אטא דער ערשטער פון מזרח פראנקיע געווארן דער הייליגער קייסער, און די אימפעריע האט גענומען דעם טיטל "הייליגע רוימישע אימפעריע". ביז דעם 13טן יארהונדערט האט די אימפעריע טאקע געהערשט, אבער נאך דעם איז די קראפט אריבער צו די הערצאגשאפטן אין דער אימפעריע. צום סוף איז די אימפעריע נישט געווען מער ווי א נאמען.
הונדערטער יארן האט זיך געהערשט דאס האפסבורגער הויז איבער דער אימפעריע.
די אימפעריע האָט עקזיסטירט ביז זי איז צעלאָזן געוואָרן דורך נאפאלעאן באנאפארטע אין 1806.