הוידלקע
מראה
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/1/17/Girl_of_Afghanistan.jpg/220px-Girl_of_Afghanistan.jpg)
א הוידלקע איז א זיץ וואס הענגט מיט קייטן אדער שטריקן; מען זיצט אויף אים און מען הוידעט הין און צוריק. ווען מען הייבט אן הוידלען קען עס גיין ווייטער א לענגערע צייט אויפן פרינציפ פונעם פאמפעדיקל. קינדער הוידען אלס פארוויילונג. פאר קלענערע קינדער מאכט מען דאס הוידלקע ארומגענומען כדי דאס קינד זאל נישט ארויספאלן. אין א שפילפלאץ געפינט זיך א רייע (אדער מערערע רייעס) הוידלקעס וואס הענגען פון א ראם געמאעט פון מעטאל אדער האלץ. א דערוואקסענער מענטש אדער א גרויס קינד קען באוועגן דאס הוידלקע אליין, אבער א קליין קינד דארף האבן עמעצן וואס הוידעט אים.
דער זיץ פונעם הוידלקע איז געמאכט פון פלאסטיק, האלץ אדער מעטאל. מען קען אפילו מאכן א הוידלקע פון א רייף וואס הענגט פון א שטריק.