לדלג לתוכן

האמאסעקסואלוטעט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון האמאסעקסואליטעט)
האמאסעקסואלוטעט

האמאסעקסואליטעט איז א געשלעכט-אטראקציע (סעקסואלע צוגעצויגנקייט) צווישן צוויי מענטשן פונעם זעלבן מין. (אינגל צו אינגל אדער מיידל צו מיידל) א מענטש וואס גלוסט צו זיין אייגענעם געשלעכט ווערט גערופן א האמאסעקסואל, אדער ביי א מאנצביל א משכב זכר'ניק און ביי א מויד א לעזביאנקע.

פארצייטנס האט מען געקלערט אז עס איז א פעלער און א לייבליכע קרענק. אבער היינט האלטן רוב פסיכאלאגן אז עס אינעם נאטור און עס איז נישט א קראנקייט.

עס איז נישט נאר א באגריף ביי מענטשן, עס זענען אויך דא חיות וואס זענען האמאסעקסואל.

ראזע ווינקל

די נאציס האבן באצייכנט האמאסעקסואלן מיט א ראזע ווינקל כּדי צו באצייכענען האמאסעקסואלן ביי די קאנצענטראציע לאגער. צוויי באוווסטע ביאגראפישע ביכער וועגן די האמאסעקסואלע איבערלעבונג אין דעם חורבן אייראפע זענען: ״די מענער מיט דעם ראָזע ווינקל״[1] (הײַנץ העגער - 1972) און ״איך, פּיער זעעל, האָמאָסעקסואַלער דעפּאָרטירט״[2] (פּיער זעעל - 1994). היינט צו טאגס נוצט די צייכן ווי איינע פון די האמאסעקסואלע געמיינדעס סימבאלן נאך דעם רעגנבויגן פאן.

האמאסעקסואליטעט און רעליגיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער תורה איז האָמאָסעקסואליטעט פאר מענער א הארבע עבֿירה, װי עס שטײט: "וְאֶת זָכָר לֹא תִשְׁכַּב מִשְׁכְּבֵי אִשָּׁה תּוֹעֵבָה הִוא" (ויקרא יח כב). און די שטראָף דערפֿון איז: "וְאִישׁ אֲשֶׁר יִשְׁכַּב אֶת זָכָר מִשְׁכְּבֵי אִשָּׁה תּוֹעֵבָה עָשׂוּ שְׁנֵיהֶם מוֹת יוּמָתוּ דְּמֵיהֶם בָּם.". אין יידיש: א מאן וואס וועט שלאפן מיט א מאן ווי די סדר מיט א פרוי דערמיט האבן ביידע געטון א אומווערדיגע זאך און זיי וועלן שטארבן אינג.

פארוואס זענען מענטשען האמאסעקסואל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
National laws
  Marriage
  Other partnerships
  Laws against expression
  Fines or prison (not applied)
  Fines or prison
  Death penalty (not applied)
  Death penalty
UN declarations on LGBT rights
  Supporting (2008 or 2011)
  In opposition

עס זענען דא פארשידענע סיבות, ווי די ביאלאגיע פון ווען מען איז געבוירען און די סביבה ווי מען ווערט אויפגעוואקצען, למשל די וואס האבען מער עלטערער ברידער זענען מער שייך צו זיין האמאסעקסואל<reference>http://news.bbc.co.uk/1/hi/5120004.stm.

עס איז היינט צו טאג נישט דא קיין געוויסע וועג ווי אזוי צו ווערען אויס האמאסעקסואל. עס איז אויך נישט קיין בחירה צו זיין האמאסעקסואל ווייל מער ווערט שוין אזוי ביי זייער יונג.

עס זײַנען דא פסיכילאגן וואס האלטען אז איינע פון די מעגליכע סיבות דערצו, ווייל ווען מען קומט און די יארן ווען די הארמאנען וואקסען, זענען די קינדער וואס האבען נישט גענוג קוראזש צו צוגיין צו א מיידעל, באגניגען זיי זיך מיט זכרים וואס זעהען די מערסטע אויס ווי א מיידל און אזוי הייבט זיך עס אן[פֿעלט אַ מקור].

יעדן יאָר מאַכן די האמאסעקסואליזם־אָנהענגערס אַ שטאָלץ־פּאַראַד אין פֿאַרשײדענע ערטער אין דער גאָרער װעלט.

  • אורטוגייס איז אן ארגענאזאציע וואס געבט איפארמאציע פאר פרומע יידן לגבי האמאסעקסואלוטעט, און אויך ווי אזוי זיך אופפאסען פאר געזונטהייט ווען מען איז גיי. [1].
  1. Die Männer mit dem Rosa Winkel
  2. Moi, Pierre Seel, déporté homosexuel