לדלג לתוכן

פורים פראנקפורט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דרעפט:פורים פראנקפורט)

די געשיכטע באציעט זוך צו די אידישע קהילה אין פראנקפורט אין די שע' יארן. פאר לאנגע יארן האבן די אידישע איינוואונער געלעבט בשלום אין שטאט פראנקפורט וואס זיצט ביים טייך דמיין. אין יאר שע'ב האט זוך פארמירט א נייע מלוכה אין דייטשלאנד. און דאס איז געווען איידער זיי האבן איינגעשטעלט דעם נייעם קעניגרייך, ווען זיי האבן פלאנירט א גאר אינהאלסטרייכן באל, וואס האט געזאלט פארקומען אינעם הויפט שטאט פרנקפורט-דמיין ווי מען וועט אין א טרעדיציאלן צערעמאניע קרוינען דעם נייעם פראמימענטן קייזער 'אטיאס' יר"ה, צו זיין טראן.

אין צוגרייטונג צום גרויסארטיגן באל האט דער קעניגליכע קאמסיע באשטעלט א ריזיגן קוואנטום ברויט און קיכן ביי די ארטיגעאידישע בעקערייען, וואס זיי האבן געזאלט באקן קיכן און מזונת אין בעפארברייטונג צום באל. איינע פון די גרויסע אידן-פיינט אין שטאט וועלכע האט גאר ספעציעל געהאסט די אידישע איינוואוינער 'ווינס האנץ' ימ"ש וואס האט שוין פון לאנג געווארט אויף א געלעגענהייט צו טשעפן די אידישע איינוואוינער, האט יעצט געטראפן א געלעגנהייט צו באקריוודען דאס גאנצע אידישע קהלה אויף איינמאל. זייענדיג די אפיציעלע אויפזעער פון אלע בעקערייען אין שטאט, האט ער א טאג פאר דעם געפלאנטן באל ארויס געגעבן אין געהיים א בעפעהל צו פארשליסן אלע בעקערייען אין די געגענט ביז נאך דער באל. צוויגענדיג צו פארשליסן די אידישע בעקערייען וואס האבן געזאלט באקן פאר דעם באל. אזוי אז עס איז אין יענעם טאג נישט ארויס געגעבן געווארן קיין שום געבאקענע פראדוקטן פאר דעם געפלאנטן ארטיגן באל.

גראד זענען די גוים אויף געשפרנגן באשילדיגענדיג אלע אידן אין פארראט צום קעניגרייך וואס האט אויף געהיצט די אלגעמיינע באפעלקרונג, אז די אידישע געשעפטן האבן זוך אנגעבליך אפגעזאגט פון צושטעלן די דערמאנטע געבעקס פאר'ן ארטיגן באל, פארשעמענדיג די קעניגליכע טראדיציע. מער האבן זיי נישט געדארפט, בכלל זענען די ארטיגע גוים נישט געווען קיין אידן-פריינט, נאך יארן פון אונטערדרוקן און אויסטיילן רדיפות צום אידישן קהילה האבן זיי באשלאסן צו און פארטרייבן אלע אידישע איינוואוינער פון די געגענט, און באיקעטירן זייער געלט און זוך צוטיילן מיט די פארבליבענע אידישע פארמעגענס. אינעם דערמאנטן ספר 'כח יהודה' פון רבי יהודה יוסף בינגא דרוקט ער אויס וואונדער אין דעם געוואלדיגן נס וואס איז טייל פונעם נס פורים אז דער באשעפער האט חונן דעת געווען די רשעים 'הפר עצת אויבינו' אונז צו פארטרייבן אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענענגן דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און ביאקאטירן די פארמעגענס.

מיט א שטארקן אימפעט זענען מאסן צוהוצטע כויליגאנעס זוך א לאז געטון מיט אייפער צום אידישן קווארטל, באפאלן און צושלאגן די ארטיגע אידן, און זיי ארויס געטראסקעט פון זייער הייזער, און באראבעוועט אידישע געשעפטן. די רשעים האבן אפיר געזוכט די באהאלטענע פארמעגענס, און דאס באראבעוועט. די גוים האבן פארברענט הויפענס כתבי קודש, אויך די ספרי תורה וואס עס איז ליידער אריין געפאלן אין זייערע הענט האבן זיי געשענדעט בבזיון, און וואנדעלעזירט די ארטיגע אידישע בית הקברות. אין דעם דעם ביטירן טאג כ"ז אלול, שנת שע"ב זענען די אידן פארטריבן געווארן פון זייער היימען, און פארשיקט געווארן אריבער די גרעניצן. דעם טאג איז פארבליבן אלס א יום תענית אין קהילת פרנקפורט ווען מען האט זוך פארזאמעלט אין שול און געקלאגט, וואס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורת, אלס זכר צו די ביטירע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן.

אן קיין שום ציל פאר די אויגן האט דער גאנצע קהילה זוך ארויס געלאזט אין וועג אריין צו ארומיגע מדינות, 'דארמשטאט' 'מענץ' און 'כפאלץ'. קרוב צו צוויי יאר האט דער קהילה געוואדערט אין דער פרעמד, פון איין שטאט צום אנדערן, ביז די ידיעה פון די קהילה איז אנגעקומען צום ארטיגן מושל, און באשלאסן אריין צו נעמען די אומגליקליכע קהילה ביי זוך אין לאנד. די ראשי קהילה האבן פראבירט צו שתדלן ביים ארטיגן קייזער, און אויפגעוויזן פאר'ן מושל וואספאר א אומשולד עס האט זיי באטראפן. דער מושל האט זיי הייס פארשפראכן צו טון דערוועגן און צוריק ברענגן די קהילה קיין פראנקפורט. ער האט נאכדעם שריפטליך געשריבן צום קייזער 'אטיאס' פון דייטשלאנד מיט וועם ער איז געשטאנען גאנץ נאנט, שרייבענדיג וואספאר א פארברעך עס איז געטון געווארן צו דער אומשילדיגע קהילה אין פראנפורט וואס צוליב א אן אנגעדרייטן בלבול האט מען צוגענומען זייער פארמעגענס און ארויס געטריבן פון זייער הייימען. זעהנדיג אז דאס שאט די פארבינדונגן צעווישן די ביידע מלוכות האט דער דייטשע קייזער 'אטיאס' ענדליך זוך אויף געוואכט און באשלאסן צו נעמען שריט, און באאויפטראגט איינע פון זיינע מינסטארן 'קרויסמיא' צוריק צו ברענגן די קהילה קיין פראנקפורט, און שטארק באשטראפן די שילדיגע פארברעכער, און צו פארזיכערן די אידישע איינוואוינער פון ווילדע אומרוען.

אום אדר שע"ד איז געקומען די ישועה. ווען דער מינסטאר 'קרויסמיא' האט געמאלדן אין נאמען פונעם קייזער קייזער צום אידישען קהילה אז זיי זענען זיכער זוך צוריק צו קערן וואוינען אין זייער היים-שטאט פראנקפורט אין אזוי ווי אמאל, און די שילדיגע וועלן גאר הארב פראצעסירט ווערן מיט מיתות משינות למען ישמעו ויראו אז אלע זאלן זען אז אזאנס וועט מער נישט פארקומען אונטער זיין מלוכה. דערביי האט ער געמאלדן אז ער וועט באצאלן אויף די אלע שאדן וואס די כויליגאנעס האבן שאדן געמאכט פארן קהילה. די שמחה איז געווען אין לשער, אבער די פחד איז געווען פילפאכיג מער, נישט אלע זענען געווען אזוי גרייט זוך צוריק צוקערן קיין פראנקפורט ספעציעל די וועלכע האבן געדענקט די שוידערליכע פאגרום ווען מען האט זיי פארטריבן, נעמענדיג אין באטראכט אז די ארטיגע גוים וועלן זיכער קוקן מיט א קרומע נאז אויף די צוריק קער פון די אידישע איינוואוינער און וועלן זוכן נקמה צו נעמען פאר די שטראף וואס דער קייזער האט געאורטיילט פאר די שילדיגע. דער מיניסטאר 'קרויסמיא' האט דאס אויך געוואוסט דעריבער האט ער איינגעשטעלט די גאנצע צוויי טאג איידער די אידישע איינוואוינער זענען צוריק געקעומען א גרויסע מיליטירעשע פאראדע מיט טראמפייטער און מוזיקאלישע אינסטרומענטן, וואס האבן געזונגן אין די גאסן לכבוד די צוריק-קער פונעם אידישען קהילה. און צו פארמינערן די שאנס פון פרישע פאגרומען האט דער קייזער פארבאטן זוך צו דרייען אין די גאסן יענע צייט, און ארויס געגעבן א פארבאט צו טרינקן וויין און משקה. ביז די איינוואוינער האבן געזען וואספאר א כבוד מען געבט פאר די אידן אז די איינוואוינער נעבן דעם אריינגאנג פון שטאט האבן אויסגעטרויטן א לאנגע אויסגעטרויטענע וועג פאר וועגענער, וואס איז געלאפן פון דעם אריינגאנג פון שטאט ביז אריין אין דער אידישע קווארטל, און ארויף געבויט ענטוזיאטישע טויערן איינגעקריצט א גרויסן אדלער און ענהאלטן דעם חתימה פונעם קייזער. דער ענטוזיאטישע אויפנאמע דארט ביים טיער פון שטאט האט דער קייזער מיט אויסגעשורעטע מיליטירישע סאלדאטן ענטפאנגן דער קהילה בקול שירה ורננים, באגלייטענדיג די אידן מיט געזאנג צום אידישן קווארטל מיט א פאראדע אין א ספעציעלן מוזיקאלישע כאר וועלכע האבן פארפאסט א ספעציעלן ניגון לכבוד די צוריק קער פון די אידן. אין די ערשטע וואגן איז געציצן די קייזער אינעם צווייטן וואגן זענען געזיצן די רב און דער פרנס און די ראשי הקהילה, נאכפאלגענדיג אלע געוועזענע אידישע תושבי פראנקפורט באגלייט מיט תכסיסי מלחמה צו היטן. די ניגון איז שפעטער אזוי באליבט געווארן ביי די קהילה אז די חזנים און בעלי תפילה האבן דאס געזונגן ביי תפילות ימים טובים, אלס א דאנק צום רבש"ע, צום גרויסן נס. אינעם זעלבן צייט וואס מען האט באגלייט די אידישע איינוואוינער צום אידישן קווארטל האט מען אדורך געפירט פארענט פון די אויגן פון די אידן, די שילדיגע פארברעכער אין קייטן אין שפיץ פון דער רשע ווינץ האנץ ימ"ש, אויפ'ן וועג צום מארק פלאץ ווי מען וועט זיי הענגן, און די אידן האבן אלע געזען א נקמה אין זייער שונאים. אין א טראדיציע אזוי ווי א קעניג וואס געבט איבער דעם טראן צו זיין זון האט דער קייזער איבערגעגעבן צו די ראשי קהילה און זיי צוריק געגעבן די שליסלן פון די בית הכנסת און בית הקברות, און געשאנקן א מתנה א פאר שליסלן פונעם הויפט טויער פון שטאט ארויס צו ווייזן פרייהייט, געבענדיג די פריווילעגיע פאר די אידישע תושבים זוך צו באוועגן פריי ווי אימער אונטער זיין קעניגרייך.

אין א פראמימענטן שריט האט דער קייזער האט באפוילן דאס גאנצע שטאט זוך צו פארזאמלן אינעם צענטער פונעם ארטיגן מארק ווי עס פלעגט פארקומען די יריד. אין צענטער איז געשטאנען א ריזיגן תלי', ווי מען האט אריבער געפירט די פארברעכער, און געהאנגן איינס ביי איינס, באזונדער איז געווען די מינוט ווען מען האט געהאנגן דעם רשע ווינס האנץ. כדי צו פארשפרייטן דער געשיכטע האט דער קייזער באפוילן אראפ צו האקן דעם קאפ פונעם 'צווייטן המן' און דאס אריין האקן אויף דעם שפיץ פונעם גרויסן טורעם וואס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם שטאט אז אז אלע זאלן דאס זען און וויסן וואספאר א שטראף מען באקומט פאר דעם... דער הויז פונעם רשע איז צעוווארפן געווארן און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א געדענקמאל צו דער פאסירונג. וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר... 'פורים פראנקפורט' דעם קומענדיגן טאג כ' אדר שע"ד האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין תחנון און געזאגט הלל דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דער גרויסע נס. אלס זכר צו געדענקן דעם נס גדול האבן די זקינים וכחמי הדור קובע געווען דעם טאג כ' אדר אלס א יו"ט פורים, יום משתה ושמחה לשבח והודאה, פאר די קומענדיגע דורת.. דעם טאג אשר ישלטו היהודים המה בשניאהם. אלע האבן נאך געשפירט דעם פחד וואס האט זיי באטראפן איידער זיי זענען אריין אין שטאט. דעריבער האט מען דאס קומענדיגע יאר י"ט אדר געפאסט און למחרתו כ' אדר האבן זיי ווידער געפראוועט 'פורים פראנקפורט'.. און דאס איז שוין געבליבן שפעטער, א זאך וואס איז געבליבן פארהייליגט ביי די בני הקהילה דורת שפעטער.

די קומענדיגע צענדליגע יארן איז דער געדענקמאל נאך אלס געשטאנען אויפן חרוב'ן ארט, אבער דאס איז שטענדיג געשטאנען ווי א דארן אין אויג פאר די פאמיליעס פון די שילדיגע וועלכע האבן נאך געדענקט די בזיונית וואס זיי האבן דאן געליטן צוליב זייער קרובים וואס זענען אזוי מויאס אפגעקומען, און עס זענען געווען מאנכע וואס האבן דעם געדענקמאל געוואלט אראפ זען פאר יעדן פרייז אין די וועלט, אבער די רעגירונג האט זיכער געמאכט אז דאס ווערט נישט וואנדעלעזירט. א געלעגנהייט איז אונטערגעקומען ווען עס האט אויסגעבראכן א העלישן פייער אויפ'ן גאס נעבן דעם געדענקמאל, און די גוים האבן געהאט א אויסרייד אראפ צו נעמען דעם שטיין צו פארלעשן דעם פייער.. אבער דער רעיגרונג האט דאס צוריק געלייגט. א צווייטע פריאוו אראפ צו נעמען דעם געדענקמאל איז געווען ווען זיי האבן פלאנירט און פאקטיש ארויף געשטעלט א ברינעם אויף דעם ארט, אבער די רעגירונג האט פארשטאפט דעם ברינעם. אפאר יאר שפעטער האט פאסירט א מאכטפולע ערדציטערניש וואס האט געטרייסעלט דאס ארט, און דער שטיין איז אראפ געפאלן צו דער ערד, און איז געליגן דארט א לאנגע צייט. אוועק נעמען האבן זיי נישט געוואלט וויבאלד דער רעגירונג וועט שטעלן א נייע, און דאס איז אזוי געליגן דרייסיג יאר ביז דער רעגירונג האט דאס אוועק געפירט אינעם קעניגליכן ביבליאטעק.

פסח ביים סדר זאגן מיר אין די הגדה 'שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצלינו מידם'. אן קיין ספק קען דער מאמר געזאגט ווערן אויף די טעג פון יו"ט פורים ווען מיר פייערן דעם נצחון וואס אידן האבן געהאט נאכן חורבן אין גלות בבל, ווען עס איז איבערגעדרייט געווארן דעם פלאן פון המן הרשע, להשמיד ולהרג את כל היהודים, און דער באשעפער ברוב חסדיו האט אונז געראטעוועט פון זיינע הענט און עס איז מקוים געווארן דעם 'ונהפוך הוא' ווען מען האט אים און זיינע צען קינדער געהאנגן על העץ. על כן אנו עושין משתה ושמחה. דורכאויס די יארן וואס אידן האבן געלעבט אין גלות אונטער די גוים, האט אפט פאסירט אז דער גוי האט געוואלט באקריוודן און פארטיליגן דאס אידישע פאלק, און דער באשעפער האט געראטעוועט זיינע קינדער פון גרויזאמע הענט, און מען האט געזען דעם הפר עצת אויבינו און מען האט קובע געווען דעם טאג להלל והדאה אויף די ניסים. אין ספר 'יוסף אומץ' ווערט געשילדערט דער אינטערסאנטע געשיכטע פון די תקופה ווען אידן האבן געלעבט אין פראנקפוררט-ד'מיין, פון די גזירות און צרות און וואס די קהילה האט מיטגעמאכט וואס האט זוך גע'ענדיגט מיט א נצחון, און אלס זכר צו דעם נס האבן די בני הקהילה באשטימט דעם טאג אלס א יו"ט פורים, יום משתה ושמחה לדורת הבאים.

פון די כתבים פון יענע תקופה, זעהן מיר אז די דאזיגע מנהג איז שטארק פארבליבן און איינגעהאלטן געווארן דורך די בני הקהילה פאר דורי דורות. אין א בריוו וואס דער חתם סופר זצוק"ל וועלכע איז אליין געווען א יליד פראנקפורט האט געשריבן (שו"ת חת"ס סי' רל"ג) איז ער מפלפל צו עס איז מותר צו קובע זיין א יום משתה ושמחה לכבוד א נס וואס האט פאסירט צו א רבים, ער בלייבט אז דאס איז מותר, און דאס איז גאר א חוב פאר די בני הקהילה, אבער ער פרעזענליך איז מחמיר מספק און פירט זוך צו מסיים זיין א מסכת יעדעס יאר אין דעם טאג, צעווישן די שירות שרייבט דער חת"ס ווי פאלגענד: "והנה מבואר בספר 'יוסף אומץ' מהנס שנעשה בק"ק פרנקפורט דמיין, ביום כ' אדר הראשון, וקבעו בו יום שמחה לדורתם, וכן ראיתי ממ"ו הגאון מו"ה נתן אדליר זצ"ל מילדי ק"ק ההיא, וכן אנו נוהגים כן אחריו, הגם שאנו ברחוק מקום.. ומכל מקום אני נוהג להחמיר לסיים ספר באותו היום כדי שיהי' הסעודה בהיתר בלי פוקפק, ויאכלו ענוים וישבעו".

אין די הסכמה וואס הגאון רבי שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא האט געשריבן אויפ'ן קונטרוס 'מגילה עפה' (וואס איז ר"ת ע'יר פ'רנקפורט ה'מעטירה) ווי דער מחבר הגאון רבי יעב"ץ זצ"ל שילדערט די רדיפות און צרות וואס די אידן אין די פראנקפורטע קהילה האבן מיטגעמאכט–שרייבט ער:

 "כאשר שמעתי גם אנכי מפה קדוש אדוני אבי זצ"ל, מחבר 'חתם סופר', יליד קרתא חשיבא עיר פראנקפורט יע"א, אשר גם הוא היה נוהג בכל שנה לעשות את יום כ' אדר למשתה ושמחה ויום טוב".

אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער בספרו 'אזרח רענן' ווי ער שרייבט איבער די אינטערסאנטע מנהג פונעם חתם סופר: "ראיתי אמ"ו הגאון חתם סופר שמח בשמחת פורים של פרנקפורט דמיין. וזאת לדעתי נתיסד על הישועה אשר באה על העיר בשנת 1616' למספרים, זיהע יאסט בחבורו הקצר צד של"ג". אינעם דערמאנטן 'מגילה עפה' פונעם גאון היעב"ץ, דערמאנט ער גאר אין קורצן איבער די 'נס פרנקפורט': "גם בארץ קשטיליאה נעשה נס לישראל באדר שניצלו מגזירת הצורר מרטין גנזלו שר"י, שני להמן, כן יאבדו כל איביך ה'. ככה אירע נס גדול בקהילה קדושה פרנקפורט דמיין בגזירת 'ווינס האנץ' באדר". אט שילדערן מיר דא די לעגענדארע געשיכטע וואס האט דאן פאסירט לויט וויאזוי עס ווערט געדרוקט אין ספרים פון קדמונים פון יענע תקופה, צווישן זיי פון רבי יהודה סג"ל בינגא זצ"ל בספרו 'כח יהודה' ווי עס ווערט געשילדערט די געשעענישן און היסטאריע פון דער קהילה אין יענע תקופה. דעם אנגעדרייטן בלבול

en:Vincenz Fettmilch

[[קאַטעגאָריע:]]