לדלג לתוכן

דריטע עליה

פֿון װיקיפּעדיע
עליות קיין ארץ ישראל
אין דער נייער צייט

עליות נאכן אויפשטעלן די מדינה:


די דריטע אימיגראציע איז געווען די דריטע גרופע פון ארום 35 טויזנט מאטיווע ציוניסטישע אידן וואס האבן עמיגרירט פון מזרח אייראפע, רוסלאנד און פוילן קיין ארץ ישראל אין די נייע תקופה נאך דער ערשטער וועלט קריג צווישן די יארן ה'תרע"ט ; 1919 ביז ה'תרפ"ד ; 1924 (דעמאלט איז ארץ ישראל געוועזן אונטער דעם בריטישן מאנדאט.).

די אימיגראציע איז געווען פון עטליכע סיבות, אזעלכע האבן עמיגרירט אלס זייער טרייבקראפט צו אנטוויקלען דעם ציוניסטישן געדאנק, איבערהויפט אצינד וואס איז אונטערגעשריבן געווארן באלפורס דעקלאראציע. אזעלכע האבן עמיגרירט אלס די שרעקלעכע אנטיסעמישקייט, רדיפות און פאגראמען וואס די גויים האבן גערודפט די יידן אין פוילן און אין רוסלאנד. אויך וויבאלד אין יאר ה'תרפ"ד האט אמעריקע פארשווערט צו עמיגרירן צו זייער לאנד וואס דערפאר האבן פיל יידן עמיגרירט קיין ארץ ישראל.