לדלג לתוכן

דראג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דראָגס)
פארשידענע מעדיקאמענטן

א דראַג איז יעדע ביאלאגישע סובסטאנץ סינטעטיש אדער נישט סינטעטיש, וואס מען עסט נישט צו זעטיגן, נאר איר ציל איז צו פארדרייען די נארמאלע אויפגאבע פון קערפער.

מעדעצין איז אויך אין דער קאטעגאריע, אבער רוב דראגס דינען נישט צו היילן נאר צו טוישט די מצב רוח פון מענטש דורך צו טראגן די פיין צו דורך אים איינשלעפן אדער סתם פארשיכורן.

דאס ווערט געטען דורך פארשוועמען די מוח און טוישן די באפעלען פארן גוף. פארשידענע מינע דראגס זענען משפיע אויף פארשידענע אנדערע טיילן מוח.

די שעדליכע דראגס זענען צום ביישפיל מאריכואנע און נאך פארשידענע אנדערע געוויקסן וואס טעמפן דעם מוח פון מענטש ער זאל נישט זארגן און טראכטן נעגאטיוו. דאקטוירים טענה'ען אז דאס איז גאר שעדליך פארן געזונט ווי אויך פאר דער ציוויליזאציע, ווייל אונטער'ן איינדרוק פון דראגס מען טוט משוגענע זאכן. אבער די וואס נעמען דאס ענטפערן אז דאס איז מיט גארנישט אנדערש פון עסן און טרינקען אלקעהאל, וואס איז אויך נישט געזונט און קען אויך שאטן דער געזעלשאפט.

עסנווארג איז נישט קיין דראגס אבער עס קען אנטהאלטן א רעעצעפט פון קאפין אדער אלקאהאל וואס איז יא דראגס.

דראגס וואס היילן אדער פארמיידן קרענק

דראגס וואס מאכן לעבעדיג

דראגס וואס שלאפן איין און פארשטייטערט דעם מענטש

דראגס וואס מאכן דעם מענטש נישט צו שפירן קיין פיין

דראגס וואס פארטעמען די חושים נישט צו געדענקן אדער באדערן