דער לעבעדיקער
דער לעבעדיקער (דער אמתער נאָמען – חיים גוטמאַן, פיעטרקאוו, ווײסרוסלאנד, 1887 – מיאמי, 1961) איז געווען אַ אידישער הומאָריסט, סאַטריקער און טעאַטער-קריטיקער.
לעבנס געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]חיים גוטמאן איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל פיעטרקאוו (דעמאלט – א טייל פון דער רוסישער אימפעריע; היינט – א טייל פון דער האמלער געגנט אין ווייסרוסלאנד) אין א פארמעגלעכער משפחה. אין דער עלטער פון 9 יאר, זייענדיג א חדר אינגל, האט ער אנגעהויבן שרייבן לידער אויף אידיש.
אין 1905 איז חיים גוטמאן עמיגרירט קיין פשא, וואו ער איז באקאנט געווארן אונטער'ן פען נאמען „דער לעבעדיקער“ אלס מחבר פון עפּיגראמען און סקעטשן אינעם הומאריסטישן זשורנאל „דער קיבעצער“. פון 1909 ביז 1915 האט ער רעדאקטירט דעם זשורנאל. א קורצע צייט האט ער אויך רעדאקטירט די וואכנשריפט „דער קונדס“.
שפעטער האט דער לעבעדיקער געפירט הומאר אפטיילונגען אין די ניו יארקער צייטונגען „די ווארהייט“ און „טאג“. אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער געארבעט אלס פעליעטאניסט אין „מארגן זשורנאל“. אין זיינע ווערק האט דער לעבעדיקער אסאך גענוצט די גערעדטע אידישע שפראך פון איסט סייד, מיט א גרויסן צאל ענגלישע ווערטער.
אין 1918 איז אין ניו יארק דערשינען זיין ערשטע בוך, א זאמלונג פון סקעטשן מיט'ן נאמען „אזוי האט גערעדט פאמפאדור“. דערנאך זענען דערשינען נאך זיבן הומאריסטישע זאמלונגען. דער לעבעדיקער האט אויך פארפאסט א צוויי אקטיקע קאמעדיע פיעסע „משיח אויף איסט בראָדוויי“.
וועב-לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועגן דעם לעבעדיקן אינעם "לעקסיקאָן פון ייִדישן טעאַטער" (אויף ענגליש) -
וועגן דעם לעבעדיקן אין דער רוסלענדישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש) - (ארכיווירט 04.03.2016 ביי דער Wayback Machine)