דניאל סיון
דניאל סיון (געבוירן 21סטן אויגוסט, 1949) איז א ישראעלישער עמעריטוס פראפעסאר אין דער העברעאישע שפראך אפטיילונג אין בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב.[1][2]
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דניאל סבוני (שפעטער סיון) איז געבוירן געווארן אין קאסאבלאנקא, מאראקא. ער האט אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט זיינע עלטערן מאכלוף און אלען און זיינע צוויי ברידער שמואל און מיכל. ווען זיי זענען אנגעקומען מיט דער שיף פון מארסיי זענען זיי גענומען געווארן צו שיכון כנען, א געגנט אין צפת. סבוני'ס יונגסטע ברודער, גבי סבוני, איז דארט געבוירן געווארן.
אין אוגוסט 1967, האט סיון זיך אנגעשלאסן אין די צה"ל און געווארן א קאודינג אנווייזער אין די סיגנאלן קארפ ביי צפרין.
ווען ער האט פארענדיגט צו דינען אין די מיליטער, האט ער זיך געצויגן צו רמת גן און שטודירט אין די תל אביב אוניווערסיטעט. ער האט גראדואירט מיט א בעטשלער אוו ארטס דעגרי אין בייבל שטודיעס און העברעאישע שפראך אין 1970. ער האט ווייטער שטודירט און באקומען זייך מעסטער אוו ארטס דעגרי אין העברעאישע און סעמיטישע שפראכן. זיין טעסיס איז געווען קאנצענטרירט אויף "צפון מעריב סעמיטישע אקעדיען שריפטן פון אוגרית" און איז געווען אונטער די אויפזיכט פון פראפעסאר ענסאן פראנק רעיני. סיון'ס טעסיס פאר זיין PHD דעגרי, "גראמאטיק פון די צפון מעריב סעמיטישע וואקאבלען אין אקעדיען שריפטן פון די לאנד פון ישראל און סיריע אין די מיטעלע בראנז יארן" איז געשריבן געווארן אונטער די אויפזיכט פון פראפעסאר גדעון גאלדענבערג און פראפעסאר ענסאן פראנק רעיני.
פון 2009 ביז 2011, האט סיון ארויסגעגעבן א וועכנטליכע דשאז פראגראם אויף ראדיא דרום. ער איז געווען א מיטגליד פון די באנדע "כח משיכה" (גראוויטעט) אין וועלכע ער האט געשפילט די גוטאר און געזינגען בלוז און דשאז ניגונים מיט זיין ברודער גבי סבוני. נאך אסאך יארן, האט סיון אויפגעגעבן די באנדע, וועלכע האט זיך געטוישט איר נאמען צו דשוקבאקס.
סיון איז פארהייראט (צום צווייטן מאל). ער האט דריי קינדער מיט זיין ערשטע פרוי.
אקאדעמישע קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין אקטאבער 1979 איז ער געווארן אויפגענומען אלס לערער אין די העברעאישע שפראך אפטיילונג אין די בן-גריון אוניווערסיטעט פון די נגב, און אין 1997 איז ער געווארן א פולער פראפעסאר. אין 1986 און 1990, איז סיון געווען א באזוכנדע פראפעסאר ביי הארווארד אוניווערסיטעט און בראנדייס אוניווערסיטעט [3] [4].
אין א צוזאמענארבעט מיט פראפעסאר מאיא פרוכטמן, האט סיון פארראכטן דעם דורכדרינגליכע "אריאל" ווערטערבוך און צוזאמען מיט דר [5]. חיים דהי האט ער געשריבן דעם אריאל ארמיש-העברעאישע ווערטערבוך. ביידע פון די ווערטערביכער זענען פובליצירט געווארן דורך קורים פובלישינג הויז.
פעלד פון פארשונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די אלטע העברעאישע שפראך (ביבלישע העברעאיש און פראטא-ביבלישע העברעאיש)
- צפון מעריב סעמיטישע צונגען (כנעניש אין אל-אמרנה בריוו, אוגרתיש שפראך, פאנישיען, און פיוניק, העברעאישע איינקריצונגען פון די ביבלישע יארן, אמונישע איינקריצונגען)
- אידישע גראמאטיקער פון די מיטעלע יארן (חיוג, אבן ינה, אא"וו)
סיון האט שטודירט די ארבעט פון גראמאטיקער רבי יהודה חיוג. ער האט געשריבן ארטיקלען אין עטליכע פון די לינגוויסטישע אידייעס אין די ארבעט, און אין 2012, צוזאמען מיט דר. אלי וטד, האט ער פובליצירט א צוגעשריבענע, קריטישע אויפלאגע גערופן "די דריי גראמאטישע עסייען פון רבי יהודה חיוג אין זייער אראבישע אפשטאם און זייער איבערזעצונג צו מאדערנע העברעאיש", פובליצירט דורך די בן-גריון אוניווערסיטעט פון די נגב פובלישינג הויז.
פובליצירטע ווערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ענגליש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 1997 די גראמאטיק פון די אוגריתישע שפראך, ליידען, ניו יארק, קאלן
פארראכטענע בוכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צפורה תלשיר, שמיר יונה, דניאל סיון, א מתנה פאר שמואל: שטודיעס פון די ביבלישע וועלט, ירושלים
- 2003 פאבלא-יצחק הלוי,קירצחק, דניאל סיון, די קול פון יעקב: א קלייבונג פון עסייען פאר פראפעסאר יעקב בן-תלילא, באר שבע
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Ben-Gurion University of the Negev Aword with prof Sican Daniel (ארכיווירט 09.07.2020 ביי דער Wayback Machine)
- ↑ Google scholar Daniel Sivan on Google scholar
- ↑ Ben-Gurion University of the Negev staff פרופ' דניאל סיון Daniel Sivan
- ↑ Harvard Negotiation Program DThe Program on Negotiation at Harvard Law School and Harvard Hillel
- ↑ the National Library of Israel מילון אריאל המקיף