לדלג לתוכן

די פרשה פון ילדי תימן

פֿון װיקיפּעדיע

די פרשה פון ילדי תימן (תימנישע קינדער) מיינט די שרעקלעכע פרשה וואס איז געווען וועגן די תימנישע קינדער וואס האבן אימיגרירט אין ישראל פון תימן און פון וועלעכע אסאך זענען נעלם געווארן. די עלטערן האט מען געזאגט אז די קינדער זענען געשטארבן. אבער אסאך עלטערען טענה'ען אז מ'האט זיי געגנבעט פון די עלעטערן און פארקויפט. ביז היינט ווייסן נישט די עלטערן פאר זיכער וואו זיינען די קינדער. מען האט פאר אסאך פון די עלטערן געוויזען מצבות און קברים, אבער עס זענען דא וואס האלטן אז די קברים זענען פאלש.