די מעשה פון גענזשי
מראה
די מעשה פון גענזשי (源氏物語, Genji Monogatari) איז א קלאסישע ווערק פון יאפאנישער ליטעראטור.
דעם ראמאן האט געשריבן מוראסאקי שיקיבא, אן אדלפרוי וואס האט געלעבט אין דער העיאנער תקופה. דאס בוך האט זי געשריבן אין די יארן 1000 - 1008, און עס איז איינער פון די ערשטע ראמאנען געשריבן, און דער ערשטער ראמאן אין יאפאן. עס איז געשריבן געווארן אין דער ווייבערישער היראגאנא שריפט. עס שילדערט דאס לעבן פון דעם אדלשטאנד אין דער העיאַנער תקופה.
דער ראמאן דערציילט וועגן גענזשי, דער זון פונעם יאפאנעזער קייסער פון א קעפסווייב.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
די מעשה פון גענזשי