דייטשע וואכנשוי
מראה
די דײַטשע וואָכנשוי (אָריגינעל: Die Deutsche Wochenschau) איז געווען דער טיטל פון דער פאראייניקטער נײַעס־סעריע וואָס איז ארויס אין נאצי דײַטשלאנד קינאָס, פון יוני 1940 ביזן ענד פון דער צווייטער וועלטקריג (1945). די קאָאָרדינירטע נייעס־פּראָדוקציע איז אויפגעשטעלט געוואָרן ווי א וויטאלער אינסטרומענט פאר דער מאסן־פארשפּרייטונג פון נאצי פּראָפּאגאנדע אין קריגצײַט. הײַנט, באהאלטן קורצפילמען פון די וואָכנשויען מאכן א באדײַטיקע טייל פון די אוידיאָ־וויזועלע דאָקומענטן פון נאצי עפּאָכע.