דזשיהאד
אויסזען
דזשיהאַד אדער זשיהאַד איז א באגריף אין איסלאם, לויט טייל ווערט עס זאגאר פאררעכנט ווי די זעקסטע זויל פון איסלאם. די באדייט פון זשיהאד איז ענלעך צו די יידישע באגריף פון מִלחֶמֶת הַיֵצֶר, דאס ווערט באנוצט סיי וועגן די אינערלעכע מלחמת היצר און סיי קעגן די אויסערלעכע, נעמלעך, די פיינט פון איסלאם.