דזשוירני ביהיינד די פאלס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דזשורני ביהיינד די פאלס)

דזשוירני ביהיינד די פאלס (Journey Behind the Falls) איז א הויפט אטראקציע ארט אין ניאגארא פאלס אויף די קאנאדישע זייט וואו מען קען גיין אונטער די קאנאדישע וואסערפאל און שפירן די מעכטיקייט דערפון.


ערפארונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אזויגערופענע דזשורני ביהיינד די פאלס איז א הייל געגראבן אין די שטיינער אונטער די קאנאדישע הורסשו וואסערפאל וועלכע ציט זיך אריין 46 מעטער און האט עטליכע עפענונגן צו די וואסערפאל. באזוכער פארן אראפ מיט א ליפט און קענען שפאצירן אין דעם הייל הערנדיג די מאסיווע וואסער- שטראם אפקלינגנדיג אין דעם חלל. די ספעציעלע עפענונגן גרייכן אונטער דעם פארהאנג פון וואסער וואו מען קען שטיין צענדליגער פיס נאנט צו די וואסערפאל און הערן און זען איר פארנעם.

עס איז אויך פאראן אן עפענונג ביי די זייט פון די וואסערפאל וואו מען קען ארויסגיין אויף א אויסגעבויטע באלקאני וועלכע איז זייער נאנט צו די וואסערפאל און מען ווערט באנעצט פון דעם וואסער נעפל.


זע אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ניאגארא פאלס

מעיד אוו די מיסט