לדלג לתוכן

F-35 לייטנינג II

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דזשאוינט סטרייק פייטער)
דער אמעריקאנער לופטפלאט F-35A

דער F-35 לייטנינג II (ענגליש: F-35 Lightning II) איז א פינפטע גענעראציע קריג-עראפלאן מיט איינער זיצארט און איינער מאטאר, וואס איז נאכנישט ארויס פון שעלף אויספרובירט דאס ערשטע מאל אום 15טן דעצעמבער, 2006.

די פראיעקט ווערט פינאנצירט דורך די US, און קאסט אפ א געשאצטע 40 ביליאן דאלער, ס'ווערט געבויט איבערצונעמען אסאך פונקציעס און מינימיזירן די הוצאות פון די מיליטער דורך בויען דריי ווערסיעס ס'זאל צושטעלן די געברויכן פון דער סביבה, ענגלאנד און נאך 8 לענדער נעמען אנטייל אין דעם פראיעקט און וועלן אפמאכען צו זיי קויפען עס,

די:

  • F-35A די ווערסיע איז די לייכסטע און קלענסטע פון די ווערסיעס דאס וועט איבערנעמן די F-16 און די A-10 טאנדערבאלט פליגער'ס די F-35A איז נישט נאר בעסער פון די F-16 מיט פייטינג נאר מיט סטעלט זיך קענען דורך שווערצן ראדארען וואס דאס שטעלט דאס די ערשטע אין די ליסט פון די עירקרעפטס. (פאר די לופטוואפע)
  • F-35B די ווערסיע וועט איבערנעמען די AV-8 העריער און די F/A-18 הארנעט קענענדיג שנעלער זיך הייבען דערווייל איז די שנעלסטע פון די F-35A א וועלט רעקארד פון א נישטיגע 500 פיס פלאץ. (פאר די מארינען)
  • F-35C די ווערסיע נעמט איבער די F/A-18- /A /B /C /D הארנעט'ס, וואס איזפאר לאגשטרעקיגע צילען, דאס וועט אויך ווערן באניצט צו סטעלט מיסיעס, זייענדיג בעסער ווי די F/A-18E/F סופער-הארענט. (פאר די נעווי)

דער ציל פון דעם פליגער איז עס זאל איבערנעמען די פליכט פון א באמבארדירער און פייטער אינעם זעלבן געבוי. צו דעם איז עס א סטעלט פליגער (וואס ראדארן כאפן נישט אויף) און קען זיך קענען הייבן און לאנדן אן א ראנוועי וואס מיינט אז מען וועט נישט דארפן האבן גרויסע קעריער שיפן דאס צו טראגן פון איין פלאץ צום צווייטן.

דער פראגראם ווערט געפירט דורך אמעריקע און בריטען און נאך לענדער און די ערשטע מאדעל איז די עף-35. דריי פירמעס בויען דעם קערפער פון דעם פליגער און זיי זענען: לאקהיד מארטין, נארטראפ גרומען, און די בריטישע בי-עי-אי סיסטעמס. דער ערשטער מאדעל וועט זיין קאמפלעט פארטיג אין 011' און ביז א יאר דערויף וועט עס איבערנעמען א רייע שטארק באנוצטע פליגער אינערהאלב די עיר פארס, נעיווי, און מארין קארפס. אין בריטען וועט עס אויך איבערנעמען עטליכע פליגער אין די ראיעל נעיווי און עיר פארס.

בריטען איז נומער איינס שותף אין דעם דזשאוינט סטרייק פייטער פראגראם און האט שוין אינוועסטירט איבער 2 ביליאן דאלאר. אנדערע לענדער זענען איטאליע וועלכע האט אינוועסטירט איין ביליאן, די נעדערלענדס מיט 800 מיליאן, טערקיין מיט 175 מיליאן, אויסטראליע מיט 144 מיליאן, נארוועגן מיט 122 מיליאן, דענמארק מיט 110 מיליאן, און קאנאדע מיט 100 מיליאן. צוזאמען האבן די אליאירטע לענדער אינוועסטירט בערך 4.5 ביליאן דאלאר און מיט דעם וועלן זיי באקומען רעכטן צו מאכן קאנטראקטן מיט די פירמעס צו קויפן די פליגער. דאס איז אבער נאר א קליינע פראצענט צו די סך הכל קאסטן וואס דער פראגראם האט דערווייל אפגעקאסט וועלכע שטייט היינט ביי 244 ביליאן דאלאר און וועט נאך גיין ווייטער.


דער פראגראם האט זיך אנגעפאנגן אין 93' ווען דאס מיליטער איז איבערגעגאנגן די גאנצע מיליטער פון אונטן ארויף און עס איז באשלאסן געווארן אז מען וועט שניידן די קאסטן דורך אפשליסן צענדליגער פליגער פראגראמען און אנשטאט עפענען איין גרויסע פראגראם וועלכע זאל זיי אלע איבערנעמען. וויבאלד די קאסטן איז אזוי גרויס און די ארבעט אזוי קאמפליצירט האט מען איינגעלאדענט די אליאירטע לענדער צו נעמען א טייל אין דעם פראגראם. יעדע פון די לענדער האט צוגעשטעלט אנדערע טיילן צו דעם פליגער און דאס האט פארשנעלערט די ארבעט.

אום פעברואר 2001 האט לאקהיד מארטין ארויסגעברענגט דעם ערשטן טעסט מאדעל אין אירע באזעס אין טעקסאס און האט זינט דעמאלט דורכגעפירט א רייע אנדערע טעסטן, אריינגערעכנט א פארשטעלונג פון א פראדוקציע מאדעל. אויב אלעס וועט זיין סוקסעספול וועט דער פראגראם נישט פארשפעטיגט ווערן און ביז ענדע 012' וועלן אלע פליגער זיין אין באנוץ צעטיילט אין פארשידענע מאדעלן, געוואנדן לויט יעדע לאנד'ס ספעציפיקאציעס. דער פרייז פאר א שטיק וועט גיין צווישן 45 און 60 מיליאן.

  • שטאב: 1
  • לענג: 50 פיס און 6 אינטשעס
  • פליגל ברייט: 30 פיס
  • הייך: 17 פיס און 4 אינטשעס
  • וואג (ליידיג): 26,000 פונט
  • וואג (געלאדענט מיט מיסילס): 42,000 פונט
  • מאקסימום וואג: 50,000 פונט
  • מאקסימום ספיד: 1,200 מ.פ.ש.
  • שטרעקע: 620 מייל מיט איין טאנק ברענשטאף
  • לופט הייך: 48,000 פיס