גרינלענדישער ים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער גרינלענדישער ים
מאפע פונעם גרינלענדישן ים
דורכשניט טיף: 1450 מ
מאקסימום טיף: 5600 מ
שטח פון אייבערפלאך: 1,205,000 קוואדראט ק"מ
פֿארנעם: 1,747,250 קובישע ק"מ
וואסער זאלצקייט:

דער גרינלענדישער ים איז דער צפונסטער טייל פונעם צפון אטלאנטישן אקעאן תיכף דרום פונעם ארקטישן אקעאן. ער נעמט איין 1,205,000 קוואדראט ק"מ (465,000 קוואדדאט מייל). די דורכשניט טיף פונעם גרינלענדישן ים איז נאנט צו 1,450 מ. דער טיפסטער פונקט (וואס מען ווייסט דערפון), טיף 5600מ,[1] געפינט זיך צווישן צפון־מזרח גרינלאנד און סוואלבארד.[2]

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער גרינלענדישער ים גרענעצט זיך צו מערב מיטן אינזל גרינלאנד און צו דרום מיטן דענמארק דורכגאס און איסלאנד. צו דרום־מזרח, הינטערן יאן מאיען אינזל ליגט דער נארוועגישער ים.

בעלי חיים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער גרינלענדישער ים איז באוואוינט פון אסאך פיש (ווי דארש, הערינג, האליבוט און פלייס) און זויגערס (ווי ים־הינט, וואלפיש און דעלפינען).

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]