געלט אויטאמאט
א געלט אויטאמאט איז א מאשין וואס פארזארגט געוויסע באנק דינסטן, ווי ארויסנעמען געלט און קאנטראלירן וויפיל געלט איז געבליבן אין דער קאנטע, צו סיי וועלכע צייט, דורך א "דעביט קארטל", כאטש דער באנק איז פארמאכט. אויך קען מען ניצן א קרעדיט קארטל צו בארגן געלט.
טייל געלט אויטאמאטן לאזן אריינגעבן געלט אין דער קאנטע, באצאלן חשבונות און ענדערן דעם געהיימען קאד פון א באנק קארטע.
די אויטאמאטן זענען אפטמאל אין א וואנט וואו מען קען צוקומען פון דער גאס, אזוי איז ער ניצבאר א גאנצן טאג. אנדערע אויטאמטן געפינען זיך אין איינקויף צענטערס.
צו ניצן א געלט אויטאמאט דארף מען אריינשטעקן א דעביט קארטל אדער א קרעדיט קארטל, און אויך אריינקלאפן א פין נומער, א קאד פון פיר ציפערן.
דער ערפינדער פונעם ערשטן געלט אויטאמאט איז דזשאן שעפארד-באראָן, וועלכער האט געוואוינט אין ענגלאנד.
ער האט דערציילט אז עס איז בייגעפאלן איין נאכט ליגנדיג אין בעט. דורכאויס די קומענדיגע פּאָר טעג איז ער ארומגעגאנגען פון באנק צו באנק אין ענגלאנד, אבער קיינער האט נישט געוואלט אננעמען זיין בייפאל. יעדער האט געזאגט אז דאס וועט מאכן אז באנדיטן זאלן האבן א גרינגערן וועג זיי צו בארויבן.
ביז ער איז אנגעקומען צום "בארקליס" באנק, וועלכער האט אנגענומען זיין בייפאל און זיך תיכף גענומען צו דער ארבעט פון פאקטיש ערצייגן אזעלכע מאשינען.
נאך עטליכע וואכן איז זיי געלונגען צו ערצייגן אזא סארט מאשין אין וועלכן מען האט געדארפט אריינלייגן א פּין-נומער צו קענען ארויסנעמען די געלט דערפון.
דער מאשין איז באלד געווארן גאר שטארק סוקסעספול און פאפולער, און עס האט זיך צעשפרייט איבער די גאנצע וועלט. און היינט האלט עס ביי דעם אז כמעט יעדער וועלכער פארמאגט א באנק-קאנטע וולא זיך נישט געקענט באגיין אן דעם.
דער ערשטער מאשין איז נישט געווען צופיל ווייניגער פארגעשריטן ווי די היינטיגע.