געבורט קאנטראל
דער טערמין געבורט קאנטראל נעמט אריין אין זיך פיל טעכניקן און מעטאדען וויאזוי צו פארמיידען מענטשליכער פערטיליזאציע אדער אפשטעלן דאס שוואנגערן. געבורט קאנטראל טעכניקן און מעטאדן רעכענען אריין טראג פארהיטונג (קאנטראצעפטציע - דאס פארמיידן פון פערטיליזאציע. קאנטראצעפטיוון רעכענען אריין אופנים וועלכע האלטן צוריק די שפארם פון פערטעלעזירן דעם איי ווי קאנדאמען אדער דיאפראמען, פילן מיט הארמאנען פון שוואנגערן וועלכע מען נעמט איין און נאך.), קאנטרעגעסטאציע (דאס פארמיידן פונעם אימפלאנטאציע פונעם בלאסטאסיסט. קאנטרעגעסטאציע רעכנט אריין געצייג וועלכע מען לייגט אריין אינעם טראכט אפצוהאלטן דעם איי פון זיך איינפלאנצן אינעם טראכט.), אבארטאציע (ענדיגן די אנטוויקלונג פון דעם אומאנטוויקלט קינד ווען ער איז נאך אין דעם מוטער'ס טראכט), סטערעלעזאציע (צו מסרס זיין די פרוי אדער די מאן), און צייט מעטאדן (אויס'חשבון'ן די צייט פון אוויולעציע און נישט האבן געשלעכטליכע באציאונגען דאן).
מעטאדען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מעכאניזם פון די מעטאדן און זייער טערמינאלאגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די פונקציע פון געבורט קאנטראל ווערט קלאסיציפירט לויט די שטאפל פון רעפרעדוקציע ביי וועלכער עס איז אקטיוו. א פארם פון געבורט קאנטראל וועכע האלט צוריק די שפארם פון פערטעלעזירן דעם איי איז א קאנטראצעפטיוו. א פארם פון געבורט קאנטראל וועלכע פארמיידט פונעם פערטעלעזירטע איי זיך צו איינפלאנצען אינעם מוטער'ס טראכט איז א קאנטראגעסטיוו. נאך וואס די איי איז שוין איינגעפלאנצט, איז די מיטל פון אפשטעלן דאס שוואנגער אן אבארטעפיצענט.
די טערמין "קאנטראצעפטציע" איז א צוזאמשטעל פון די ווערטער "קאנטרא", וואס מיינט "אנטקעגן", און "קאנצעפציע", וואס מיינט מענטשליכער פערטעליזאציע.
די טערמין "קאנטראגעסטאציע" איז א צוזאמשטעל פון די ווערטער "קאנטרא" און "געסטאציע", וואס מיינט דאס טראגן פון אן עובר. די טערמין איז געשאפן געווארן אין 1985 דורך דעם פראנצוזישן וויסנשאפטלער עטיען־עמיל באליע (Étienne-Émile Baulieu) וועלכער האט געשפירט אז מען ברויך האבן א ספעציעלע טערמין פאר דאס אפהאלטן דעם איי-איינפלאנץ, וועלכער ליגט נישט אין די צוויי אנדערע טערמינען "קאנטראצעפטציע" (וואס מיינט אפהאלטן די פערטילעזאציע) און "אבארטאציע" (וועלכער מיינט אפשטעלן די שוואנגער). נוצן די פאסיגע טערמין איז שטארק נוגע, ווייל עס איז א לעגאלע פראגע ווען די שוואנגער הייבט זיך אן, ביים קאנצעפציע (פערטעליזאציע - ווען די שפארם פאראייניגט זיך מיטן איי), צו ביים איינפלאנץ פון די איי אין די מוטער'ס טראכט.
אויך דארף באטאנט ווערן אז די מעכאניזמס זענען נישט אלץ אומאפהענגיק איינס פון צוויטען. געוויסע פילן אדער געצייכ קענען דינען אלס מער ווי איין מטרה. ווי צום ביישפיל, די IUD קען גענוצט ווערן סיי אלס א קאנטראצעפטיוו און סיי אלס א קאנטראגעסטיוו, געוואנדען אויף ווען מען לייגט עס אריין. דאס קען זיין שטארק נוגע אין הלכה, ווייל געוויסע פוסקים זענען נאר מתיר קאנטראצעפטציע אבער נישט קאנטראגעסטאציע.
קאנטראצעפטציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאנטראצעפטציע ווערט דעפינירט אלס דער אפהאלט פון פערטילעזאציע עס רעכנט אריין צוריקהאלט מעטאדן, וועלכע מאכן אוממעגליך פאר די שפארם און איי פון זיך טרעפן (ד.ה. קאנדאמס אדער דיאפראמען), און הארמאנישע קאנטראצעפטציע, וועלכע האלטן אפ אוולעציע (ovulation) פון פאסירן. די הארמאנען קענען ווערן גענומען דורך פארשידענע מיטלען: דורכן מויל אין פארם פון א פיל, אדער אריינגעשטעקט אין די וואגינע. די מערסט באנוצטע פארמען פון קאנטראצעפטיוו-פילן זענען די קאמבאנירטע קאנטראצעפטיוו פיל און די מיניפיל.
קאנטראגעסטאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאנטראגעסטיוון זענען קעמיקאלן וועלכע האלטן צוריק די פערטעליזירטע איי פון זיך איינפלאנצן און די מוטער'ס טראכט. דאס רעכנט אריין IUD (ראשי תיבות פון: Intrauterine device, יידש: א געצייג אינעם טראכט) און אויך געוויסע פארמען פון הארמאנישע נויטפאל קאנטראצעפטציע (ד.מ. קאנטראצעפטיוון וועלכע מען נעמט שוין נאכן האבן געשלעכטליכע באציאונגען, ווי די "מארגן דערנאך" פיל.)
סטערעליזאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סטערעליזאציע איז סירוס. היינט צו טאגס ווערט סירוס דורכגעפירט אין א כירוגישען אופן. אין פרויען שניידט מען אפ די פעלאפיען טוב, און אין מענער - די וואסא דיפרענשיע, דאס איז די קאנאל וועלכע פירט די זרע פון די ביצים צום שמאק. סטערעלאזציע ווערט פאררעכנט פאר אומצוריקקערבאר, כאטש עס מעגליך צו פרובירן דאס צוריק צו שטעלן. די סוקסעס פון אזעלכע אפעראציעס זענען אנגעוואנדען אין אסאך תנאים, ווי יארגאנג, און אופן פון סטערילעזאציע.
צייט מעטאדען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צייט מעטאדען זענען מעטאדען אין וועלכע מען האלט חשבון פון די צייט ווען די פרוי האט איר אוויולעציע, נישט צו האבן געשלעכטליכע באציאונגען דאן.
געבורט קאטראל אין הלכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון א השקפה שטאנדפונקט איז געבורט קאנטראל קעגן די אידישע רעליגיע. אין תורה (בראשית א, כח) שטייט אז דער באשעפער האט באפוילן אדם און חוה'ן "פְּרוּ וּרְבוּ וּמִלְאוּ אֶת הָאָרֶץ" - פרוכבארט און פארמערט אייך און פולט אן די וועלט". אין חז"ל וורעט טאקע דער מצוה אנגערופן "מצות פריה ורביה". אבער אין געוויסע פעלער איז געבורט קאנטראל מותר על פי הלכה. די גרינגסטע על פי הלכה איז קאנטראצעפטציע, וועלכער איז גאר נישט מסרס און סך הכל קאפירט עס די שוואנגער הארמאנען. די אייציגסטע הלכה פראבלעם וועלכע איז דא ביי קאנטראצעפטציע איז די מצוה פון פריה ורביה (האבן לכה"פ איין אינגעל מיט איין מיידל) און די מצוה פון "ולערב אל תנח ידך" - דאס פארמערן קינדער וויפיל מען קען. די הארבסטע על פי הלכה איז סטערעלעזאציע, זיך צו מסרס זיין, וואס אויף דעם איז דא א לאו דאוריתא.