לדלג לתוכן

גיגעל מיידלעך

פֿון װיקיפּעדיע

די גיגעל מיידלעך זענען א באקאנטע אידענטיקל צווילינג שוועסטער אין אמעריקע וועלכע זענען אויפגעוואקסן אפגעטיילט און האבן אויסגעפינען זייערע ענליכקייטן נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן.


די גיגעל מיידלעך זענען אזוי גערופן געווארן וויבאלד ביידע האבן אסאך געלאכט און האבן גענוצט די זעלבע געזיכט און קערפער אויסדרוקן בשעת געלעכטער. די צוויי זענען אויפגעוואקסן ביי אנדערע עלטערן און האבן נישט געוואוסט איינע פון די אנדערע פאר די ערשטע 40 יאר פון זייער לעבן. ווען די צוויי זענען פאראייניגט געווארן זענען ביידע געווען געהייראט צו זייער ענליכע סארט מענער און ביידע האבן וואונדערליך געהאט דריי קינדער, צוויי יונגלעך און איין מיידל און ביי ביידע זענען די צוויי יונגלעך געבוירן ערשט און דערנאך די מיידל.


מינעסאטע צווילינג

צווילינג