לדלג לתוכן

גאמא

פֿון װיקיפּעדיע

גאַמאַ (אייבערשטער פֿאל Γ, אונטערשטער פֿאל γ; גריכיש: γάμμα) איז דער דריטער אות אין דעם גריכישן אלפֿאבעט. אין דער סיסטעם פֿון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 3. ער שטאמט פון דעם גימל אין כתב עברי בית. די לאטיינישע בוכשטאבן C און G און די קירילישע בוכשטאבן Г און Ґ קומען פון גאמא.