בתמימות

פֿון װיקיפּעדיע

בתמימות איז א חסידישע מוזיק אלבאם מיט ניגונים קאמפאזירט דורך רבי יהושע מענדלאוויטש און זיין זוהן נפתלי יוסף. די מוזיק איז אויך אראנדזשירט געווארן דורך איהם ווי אויך זינגט ער אויפן אלבאם.

ער איז טיילווייז רעקארדירט געווארן אינעם סטודיא פון נפתלי שניצלער. דאס דעקל האט דעזיינט המעתיק.

ער איז ערשינען אין תשס"ז און פארשפרייט געווארן דורך מזמור.

אויף דער פיאנע שפילט יאראן גערשאווסקי.

אנדערע סאלא זינגער זענען: מאיר דוד פארקאש, יואלי שווארץ, יואלי פאלקאוויטש, יוסי מאיער און בערי וועבער.

אין דעם כאר זענען: חיים בלומענפעלד, אהרן יוסף שפילמאן און נאך.

ניגונים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • הנה א וואלץ אויף א פסוק אין עמוס, נפתלי יוסף
  • לפניו נעבוד א שטאטע ניגון פון סוף קבלת שבת, רבי יהושע
  • בתמימות אויף די ווערטער פון רש"י אין דברים התהלך עמו בתמימות ותצפה לו, נפתלי יוסף
  • מדת הרחמים פון סליחות מיט יודישע ווערטער, נפתלי יוסף די ניגון און די יודישע ווערטער ביי יקיר ברוין. די מוזיק ביי ישראל לעם
  • תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו אויף ל"ג בעומר, רבי יהושע
  • כי בשמחה תצאון, פון ספר ישעיה, רבי יהושע
  • נפשנו חכתה להשם פון תהלים, רבי יהושע
  • כי נחם א וואלץ, פון ספר ישעיה, רבי יהושע
  • הבן יקיר פון ספר ירמיה, נפתלי יוסף
  • וראה בנים, רבי יהושע