בייבי בומער
בעיבי בומער אדער סתם בומערסזענען די דור וואס איז געקומען נאך די "סיילענט דזשענערעישאן" און פאר "דזשענערעישאן עקס". מען רעכנט געווענליך דעם דור אלס די וואס זענען געבוירן צווישן די יארן פון 1946 ביז 1964. די יארן נאך די צווייטע וועלט קריג אין אמעריקע. די יארן זענען פונקט געווען דורכאויס די גרויסע בעיבי בום וואס האט פאסירט נאך די צווייטע וועלט מלחמה אינמיטן דעם 20'סטן יארהונדערט. די פונקטליכע יארן ווען זיי זענען געבוירן, די דעמאגראפישע אייגנשאפטן און די קולטורעלע סימנים וואס זענען צוגעבונדן צו דעם דור קענען זיך טוישן אין פארשידענע לענדער. די מערהייט פון די בומערס זענען די עלטערן פון די וואס באלאנגען צו דזשענערעישאן עקס און די מילעניעלס. אין
דער טייטש דערפון מיינט א שטארקע וואוקס פון קינדער.
סיבה פאר דעם שטארקן וואוקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער צווייטע וועלט קריג האט צושטערט שטעט און לענדער און די אמעריקאנער זענען געווען די וואס האבן צוגעשטעלט די מאטעריאל עס צוריק אויפצובויען, ממילא האט עס געמאכט א שטארקן עשירות און אמעריקע, האט מען געהאט מער קינדער.
אויכט איז דא וואס זאגן אז וויבאלד באותו זמן נאך די צווייטע וועלט מלחמה וואס די וועלט האט געליטן א גרויסע מאס פון הריגות, איז געווען א מאדע און אמעריקע פון פראדעצירן וואס מער קינדער, צו ערזעצן די פארלוסט.
עקאנאמישע נאכפאלגן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ד