ביזת הים
ביזת הים איז א טשערנאבילער מנהג, וואס ווערט היינט געפירט אין סקווירא און אנדערע טשערנאבלער אפשטאמיגע חסידותן, אז פארטאגס פונעם נאכט פון שביעי של פסח, נאכן טיש, טיילט דער רבי 'ביזת הים', א שטיקל מצה'לע, וואס איז א סגולה אויף פרנסה.
די טעם המנהג איז דאך פשוט, לזכר ווען די יודן האבן געכאפט ביזת הים, נאכן קריעת ים סוף, און די מובן פונעם מנהג, איז נישט בלויז א סגולה, נאר די אמונה וואס שטעקט דערין, אז מ'גלייבט באמונה שלימה, אז דער אייבירשטער קען גיבן פאר יעדן וואס ער דארף.
חסידים האבן געזאגט פשט, אז נישט נאר פרנסה גשמי מיינט מען, נאר בעיקר טאקע פרנסה פונעם נשמה, די אמונה טהורה אז מ'טוהט השתדלות און מ'שטופט זיך צו נעמען א מצה'לע, און דאס צייגט די אמונה, אז מ'גלייבט אינעם צדיק, און אינעם באשעפער, לויטן פסוק, 'ויאמינו בהשם ובמשה עבדו'.
די מנהג איז, אז מ'שטופט זיך ממש מיט די גאנצע כח, אן קיין סדר אדער שורה, נאר ווער ס'איז מצליח שטופט זיך בעסער, און דער רבי טיילט ארום מיט א טיפע חשבון, ווער ס'איז מצליח גייט דאס געשיקט, און ווער נישט, קומט ארויס אויסגעקלאפט. מ'זאגט אז ס'איז א אפקומעניש אז די פרנסה זאל כאטש גיין גרינגער.