באַניצער רעדן:פוילישער/מערץ ארכיוו 2008
א גיטן איך בין צוריק
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]--משגיח 03:35, 6 מארץ 2008 (UTC)
פשיבוזשע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פשיבוזשע געפינט זיך אין פּױלן לעבן דעם שטאט שטעטין. Timpul 10:53, 9 מארץ 2008 (UTC)
מיזרח אדער מזרח
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויפל איך דעגענק האסטו מיר אמאל מאיר געווען אז מען זאגט מיזרח. אויף יעדנס פאל לויטן פארווערטס זאגט מען מיזרח און א סך ווייניקער מזרח אפילו דער אלגמיינער זשורנאל שרייבט מיזרח מער ווי מזרח. טא טאמער מאך איך א טעות וועל איך צוריקדרייען. ►רוני◄ 20:26, 11 מארץ 2008 (UTC)
- אין ייוו"א שריפט שרייבט מען טאקע מיזרח, אבער (1) כמעט אלע יידן וואס ליינען יידיש פארשטייען ווי אזוי צו ליינען מזרח (2) אז מען וועט פרעגן סתם א מענטש וואס רעדט יידיש וועט ער שרייבן מזרח, ווייל יעדער האט געזען א מזרח שילד (3) און פארוואס זאל מען נישט היטן דעם כלל צו שרייבן לשון קודש לויט זיינע כללים? אפשר זאל איך קוקן ווי אזוי "דער בלאט" שרייבט. --פוילישער 22:34, 11 מארץ 2008 (UTC)
- ייוו"א איז נישט נאר א שריפט עס איז א וועלט פון יידיש. וויבאלד טאקע ס'דא הונדערטע ווערסיעס ווי אזוי מען רעדט יידיש האבן באזונדערע אנגענומענע איסטיטוציעס באשטימט א כלל שפראך וואס לערנט אונדז א אייניקע באשטימטע יידיש. אין שול האט מען געשריבן לשון קודש נישט יידיש און דער בלאט שרייבט א רעדנדיקע יידיש און נישט א רעגולערע יידיש. לאמיר נישט אריינגיין אין אלטע דיסקוסיעס, לאמיר עפנען א ווערטערבוך און זען, אויב איז מזרח גוט קען מען דאך שרייבן אזוי. ►רוני◄ 23:52, 11 מארץ 2008 (UTC)
- הארקאווי שרייבט מזרח אן א יוד.
- כאטש ייוו"א האט אוועקגעשטעלט א "כלל שפראך", דער כלל האט קיינמאל נישט אנגענומען זייערע תקנות. דער אמת'ע כלל שפראך איז אלעמאל געווען פוילישע יידיש.
- "דער בלאט" שרייבט א גאנץ ארנטלעכע יידיש (און איך בין זיכער אז טאמער ס'וואלט געווען אן אקספֿארד יידיש ווערטערבוך וואלט עס בארעכנט מיט אזא צייטונג.
- ס'איז אן אלטער כלל פון יידיש אז מען לייגט אויס לשון-קודש ווערטער אלס לשון-קודש, און איך פארשטיי נישט פארוואס ייוו"א האט אריינגעשטופט א יוד דא.
- א דאנק! --פוילישער 08:46, 12 מארץ 2008 (UTC)
- הארקוואי איז עלטער ווי וויינרייך. געוויינליך איז ער נישט עפעס מער מאסגעבנד ווי וויינרייך.
- עס איז נישטא קיין כלל שפראך נישט פון ייווא (אינטערסאנט, דער רוני האט פארשפארט זיין כלל שפראך [1] אז דאס זאל מוזן צייגן אלס רידיירעקט צום ארטיקל ייווא. ער האט דאס געטאן קעגן די רוב פון אונזער קהילה). אבער אויך איז נישט שייך צו זאגן אז מיר האבן א כלל פון פון פוילן. דער כלל שפראך איז דאס וואס מ'נוצט, אז דו זאגסט עס קומט פון פוילן קען זיין. על כל פנים אין לנו אלא הכהן של ימי היינט צוטאגס איז דאס די וויליאמסבורגער אידיש וואס שטאמט פון אונגערן און אדאפטירט פון פוילן אביסעלע רוסיש אביסעלע און פיל פארענגלישט.
- דער בלאט איז א פאשקעווילישער קינדערישער שריפט. מיר רעכענען זיך נישט מיט זיי. דער איד איז מער ארגינעל און דער אלגעמיינער מיטן פארווערטס. אבער דער בלאט איז נישט קיין מכובדיגער ארגאן ער זאל זיין ווערד צו רעדן פון אים.
- אמת איבער דעם כלל פון לשון קודש אז מ'שרייבט דאס נישט ווי אידיש. אבער די אידישיסטן פון ייווא קענען דאך נישט קיין לשון קודש. דעריבער שרייבן זיי דאס מיט א יוד. אבער ווי געזאגט די אידישיסטן זענען היינט צוטאגס א פארגאנגעהייט. און דער רוני וויל דוקא מאכן די אידישע וויקיפעדיע חסידים-ריין נישט ווייל ער איז א אידישיסט. נאר גאר א פרא-חסיד וואס עס שטערט אים די פרייהייט און אפענקייט פון דעם פראיעקט. א דאנק--יודל 11:08, 12 מארץ 2008 (UTC)
- צו יודל: מיר זעט אויך אויס מיזרח פרעמד און נאך פיל אזוינע ווערטער. אבער קטונתי. די וויקיפעדיע מוז גיין אונטער אן אקאדעמישע קאנטראלע וויפל ס'נאר שייך, חרדישע יידיש איז זייער באגרעניצט, יעדעס ווארט וואס זיי ניצן ווייניק ווערט פארענגליש אדער פארהעברעישט. זיי ניצן כמעט נישט סינאנים ווערטער און דאס וויבאלד זיי שרייבן נישט קיין סך ליטערארישע טעקסטן אויף יידיש נאר אויף לשון קודש. מן הסתם דיין אייניקל וועט דא פארבייטן א סך פון דיין יידיש צו ענגליש. ►רוני◄ 02:03, 14 מארץ 2008 (UTC)
- וויקיפעדיע איז נישט געצוואונגען נאכצומאכן ייוו"א. דאס איז טאקע איין שיטה אבער מען דארף זיך בארעכענען דא מיט די תקנות געניצט אין אנדערע יידישע ביכער און צייטונגען. אזוי ווי מיר זענען אלע מסכים אז מיזרח זעט אויס מאדנע, און באמת'ן אסאך שרייבן מזרח, לאמיר מאכן א תקנה דא אויף וויקיפעדיע צו שרייבן "מזרח".
- וועגן פארענגלישטער אדער פארהעבערעישטער יידיש, איך זע אז רוב חרדישע ביכער ניצן א גאנץ ארנטלעכע יידיש אן צו ברענגען פרעמדע ווערטער (אחוץ ווען דאס איס טאקע פאסיק). קוקט למשל אין די ביכער פון מנחם מנדל און נאך אנדערע. --פוילישער 14:59, 14 מארץ 2008 (UTC)
די טעכנישע ווערטער ליסטע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]היי פוילישער, איך האב דיר נישט לאנג געשיקט אין דער בליצפאסט עפעס א ליסטע פון אלע טעכנישע ווערטער אויף יידיש, איך טרעף נישט די ליסטע ביי מיר, אפשר קענסטו מיר דאס שיקן? איך וועל דיר דאנקבאר זיין, א דאנק. ►רוני◄ 22:58, 14 מארץ 2008 (UTC)
גאווערנאר אדער גובערנאטאר
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קודם א גרויסן דאנק פארן פאררעכטען מיינע ארטיקלן, איך בין דיר עכט דאנקבאר. איך וויל נאר אויסשמוסען צו עס מאכט סענס צו נוצן "גובערנאטאר" אדער "אדוואקאט גענעראל" ווען רוב באנוצער פון די אידישער שפראך ווייסן נישט וואס דאם מיינט און נוצן "גאווערנאר" און "אטוירני דזשענעראל", סעציפעל אז די פאסטענס זענען און אמעריקע און מען נוצט געווענדליך די ענגלישע נעמען.--טעכניקער 03:40, 16 מארץ 2008 (UTC)
- איך הער וואס איר זאגט, אבער איך קוק אויף די ארטיקלען אין אנדערע שפראכן און כמעט אלע פארטייטשן די נעמען פון די אמטן אויף זייער שפראך. אפשר קען מען מאכן א ביסל א פשרה. אזוי ווי גובערנאטאר איז א גאנץ באקאנט ווארט אויף יידיש, און נאך דערצו אפילו די ענגלישע וויקיפעדיע שרייבט gubernatorial, זאל דאס בלייבן אזוי. וועגן אטארני גענעראל, מילא, לאז עס אויף ענגליש (אבער מען דארף אויך האבן א טייטש למשל אדוואקאט גענעראל אדער שטאַט פראקוראר, בכדי דער וואס פארשטייט נישט קיין ענגליש זאל וויסן וואס מען מיינט). א דאנק! --פוילישער 10:24, 16 מארץ 2008 (UTC)
- איך בין מסכים מיט דיין פשרה. א גרויסן דאנק. --טעכניקער 19:31, 16 מארץ 2008 (UTC)
ביטע געבן צו פארשטיין פארוואס האסטו געמאכט דעם שינוי?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לעיסיק איז נישט ענגליש און נישט אידיש דאס איז דער נאמען פונעם פראדעצור. וואס איז פשט אין דיין [2] צו לאסיק מיט אן א אנטשטאט אן עי?--יודל 11:25, 27 מארץ 2008 (UTC)
- ס'איז נישט קיין ווארט נאר א ר"ת אזוי ווי מען זעט קלאר אין דעם ארטיקל. --פוילישער 13:59, 30 מארץ 2008 (UTC)
ביטע הער אויף צו באוועגן ארטיקלן כנגד דעם דעת הקהל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קענסט זיך דורכרעדן און אפשר וועט רוני מיט דיר מיטשטימן אזויווי שטענדיק. אבער אן רעדן זיכער נישט דאס איז דא א שמועס אין רעדן בלאט אז מ'באוועגט נישט סאלאר צו זון. א זון איז אנדערעשט ווי אלע אנדערע פלאנעטן. דאס איז בלויז איינס. אמאליגער אידיש האט מען געמיינט אז אלע זיינען זונען. אבער היינט רופט מען איר שוין נישט זונען. אפשר האב איך א טעות ביטע ערקלערן דעם נאכאנאנדיגן עקשנות פון באוועגן דעם בלאט פון סאלאר סיסטעם צו זונען סיסטעם א גרויסן דאנק פון פאראויס.--יודל 11:30, 27 מארץ 2008 (UTC)
- סאלאר איז נישט קיין ווארט אויף יידיש. solar איז טייטש "וואס איז נוגע דער זון" --פוילישער 17:18, 27 מארץ 2008 (UTC)
- דו לייגסט אראפ קודם אן הנחה אז סאלאר איז נישט אידיש. און דערנאך מאכסטו אן אייגן תורהלא אז וויבאלד זון איז אידיש און סאלאר איז אויך מכוח דעם ווארט זון קענסטו טוישן יענעם'ס ארבייט און מאכן אן אייגן קעפל. איך וויל אבער וויסן צו דאס איז אייגענס צו דו האסט א מקור אויף דעם?--יודל 12:44, 30 מארץ 2008 (UTC)
לעיזער [שטראלן] איז לאזאר?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון ווי נעמסטו דאס?--יודל 12:42, 30 מארץ 2008 (UTC)
- וויינרייך שרייבט "לאזער". --פוילישער 14:13, 30 מארץ 2008 (UTC)
ביטע האלט איין די פאליסיס דא איבער פערזענליכע אטאקעס פארבאטן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
איך האף איר פארשטייט אז דער יסוד איז דא א קהילה און מען קען נישט זיך אויפירן ווי איינער אליין'ס דא דאס אז איר שרייט שטותים און פארטיק ווען איינער ברענגט אייך א באווייז איז אין דירעקטן ברעך פון די תקנה דא אז וויקיפעדיע:ציוויליטעט און וויקיפעדיע:פערזענלעכע אטאקעס פארבאטן א.א.וו. ביטע אפשטעלן די התנהגות אפילו אז איר פארלירט זיך טייל מאל יעדער איז א מענטש און מען ברויך זיך איינהאלטן א דאנק--יודל 13:01, 30 מארץ 2008 (UTC)
- איר האט געשריבן: "אמאליגער אידיש האט מען געמיינט אז אלע זיינען זונען". פון וואנעט נעמט איר אזא נארישקייט? די זון סיסטעם איז די סיסטעם פון אלע פלאנעטן א.א.וו. וואס דרייען זיך ארום דער זון. --פוילישער 14:10, 30 מארץ 2008 (UTC)
א בקשה
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט ווי עס זעט אויס פלאן איך צו נעמען אויף מיר א וואקאציע פון ארום 3 מאנאטן (ביז מיין עקזאמען) עס וואלט גוט געווען אויב דו וועסט קענען נעמען אויף זיך סיסאפ-רעכטן און באוואכן דער וויקיפעדיע. רעד מיט די העכערע אין IRC וועגן דעם. אויב דו קענסט, שרייב מיר אין מיין שמועס-בלאט אדער דא, א מעלדונג אויף ענגליש וואס זאגט אז איך נעם אויף מיר א וואקאציע און איך וועל דאס אויפקלעפן אין מיין באנוצער-בלאט. א דאנק. ►רוני◄ 17:53, 30 מארץ 2008 (UTC)
- איך בין גרייט דאס אויפצונעמען, אבער די גאנצע וואך פון פסח וועל איך נישט זיין טעטיק דא. --פוילישער 22:47, 30 מארץ 2008 (UTC)
- מיינט דאס אז דאס ביסל וואס איז נאך יא דא וועט גיין לטמיון? --משגיח 01:10, 31 מארץ 2008 (UTC)
וואס גייט לטמיון? מיין ארבעט געפעלט אייך נישט? --פוילישער 07:37, 31 מארץ 2008 (UTC)
- פוילישער וועט זיין א בעסערער סיסאפ ווי איך (האפנדיק אז ער וועט זיך נישט אונטערגעבן צו לאזן אן הפקרותדיקע יידיש אויך נישט לטובת מער ארטיקלען) ►רוני◄ 07:54, 31 מארץ 2008 (UTC)
א דאנק, רוני, פאר'ן קאמפלימענט. --פוילישער 08:06, 31 מארץ 2008 (UTC)
- מען דארף מאכן וואלן, זיי וועלן נישט מאכן א נייעם סיסאפ אן וואלן, פוילישער מאכן וואלן איך וועל שטימען פאר דיר. --טעכניקער 13:03, 31 מארץ 2008 (UTC)