באַניצער רעדן:עולםגולם
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.






מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
אנערקענונג
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א שיינעם דאנק פארן קאמפלימענט. און נאך מער דארף מען דאנקען אייך פאר אייערע גאר שיינע ביישטייערונגען וואס פארבעסערן די יידיש־וויקיפעדיע סיי אין כמות סיי אין איכות.
ייש״כ! --פוילישער 15:35, 18 נאוועמבער 2015 (UTC)
מסירת נפש
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויף לשון קודש דארף זיין טאקע מסירות נפש. אבער אויף יידיש שרייבט מען מסירת נפש אן א מלאפום. א דאנק.--פוילישער 17:47, 18 יאַנואַר 2016 (UTC)
- דאס איז ארגינעל א לשון קודש ווארט דערפאר האב איך געקלערט אז עס איז ריכטיג ווי מען שרייבט עס אין לשון קודש, אבער אויב זאגט איר אז אויף יידיש שרייבט מען עס אנדערש דאן בין איך נישט דערקעגן עס צוריקדרייען. (עולםגולם (רעדן) 20:28, 18 יאַנואַר 2016 (UTC))
- יעצט זע איך אז אין לשון קודש שרייבט מען אויך פיל מאל אן א וא"ו, דער וא"ו איז לכאורה א חולם און קען ווערן צוגעלייגט ביי א לשון רבים. (קען זיין אז לויט דעם פארדרייטן העברעאישן דקדוק איז עס יא א מלאפום, סייווי נישט נוגע אהער).(עולםגולם (רעדן) 14:32, 19 יאַנואַר 2016 (UTC))
שטאַט־סעקרעטאר
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך פארשטיי נישט. אויף אלע שפראכן זעצט מען איבער Secretary of State. נאר אויף יידיש נישט? --פוילישער 17:12, 18 פעברואר 2016 (UTC)
- אלע שפראכן? זעט אויף דייטש[1], דעניש[2], און שוועדיש[3]
- דער סעקרעטערי אוו סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אן אדמיניסטראטיווע אמט אין די רעגירונג אדמיניסטראציע, נישט דער באדייט פון א סעקרעטאר אין יידיש. איי פארוואס איז עס אין ענגליש יא SECRETARY? א גוטע קשיא, איך קען נישט די היסטאריע דערפון וויאזוי דאס האט זיך אנטוויקלט צו דעם נאמען. אויב וויל מען דווקא א ווארט אין יידיש דערפאר, מיין איך אז עס איז מער פאסיג אויסערן מיניסטער אדער הויפט שטאַטס מיניסטער.
- נאך א פראבלעם מיט שטאַט-סעקרעטאר: "Secretary of "STATE מיינט מען נישט די מדינה - שטאַט, נאר די State Department, אזויווי די Treasury Department און די Homeland Security Department און דאס גלייכן. סעקרעטערי אוו סטעיט איז דער וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם סטעיט דעפארטמענט, סעקרעטערי אוו טרעזשורי איז דער וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם טרעזשורי דעפארטמענט, און אזוי ווייטער. דער סטעיט דעפארטמענט איז געשטעלט אויף אלע אויסערן אנגעלעגנהייטן. (עולםגולם (רעדן) 19:32, 18 פעברואר 2016 (UTC))
לאחר העיון מיין איך אז אויסערן סעקרעטאר איז דער בעסטער אויסוואל. אלענפאלס, נישט צופיל נוגע.. (עולםגולם (רעדן) 14:13, 22 מערץ 2016 (UTC))
מוסטער פאר ש״ס בבלי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זע {{בבלי}} --פוילישער 14:19, 21 יוני 2016 (UTC)
- געוואלדיג! (עולםגולם (רעדן) 17:29, 21 יוני 2016 (UTC))
קאטעגאריעס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער שטייגער איז אז א קאטעגאריע נאמען וואס שליסט איין דוגמאות גייט אויף מערצאל ווי למשל קאטעגאריע:רבנים, קאטעגאריע:ראשי ישיבות, קאטעגאריע:לענדער, קאטעגאריע:פלאנעטן. איך האב געשאפן א קאטעגאריע פאר די ספרים פון נביאים. --פוילישער 18:22, 15 אויגוסט 2016 (UTC)
- זייער גוט און זייער גלייך, א דאנק. (עולםגולם (רעדן) 19:00, 15 אויגוסט 2016 (UTC))
ביטע ממשיך זיין שרייבן דא
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך וועל אייך פראבירן העלפן, ייש"כ גלייכער (רעדן) 22:05, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
- שלום עליכם גלייכער! איך האב ערשט יעצט געזען דיין בקשה, און ווי עס שיינט זענט איר אליין שוין אויך נישט דא פאר א שטיק צייט.
- אלענפאלס, ווי שטארק איך וואלט געוואלט ביישטייערן דא, לייד איך אבער פון א מאנגל אין צייט און טעכנישע באגרעניצונגען. חזון למועד אי"ה. (עולםגולם (רעדן) 14:33, 24 יולי 2019 (UTC))