לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:נבוכדנצר

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


עס פאסט נישט פאר דיר אזא טעות

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ליבער נבוכדנצר. איך קען דיך שוין א שטאק מיט יארן. און איך שעץ דיינע אינטעלעקטועלע טאלאנאטן און חושים. דעריבער וואנדער איך זיך, אז די האסט געמאכט א אזא טעות, צי פארמישן פראפעסאר צבי זוהר מיט דעם ספר הזוהר. (שפיר זיך נישט געטראפן. עס מאכט זיך ביי די שענסטע פאמיליעס)... דיין פריינט פון הארצן טיעפען --אלץ-ווייסער 17:35, 26 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]


נישט שרייבן אויף יענעםס באניצער זייט בלויז ווען איינער איז א סאקפאפעט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו האסט דא געשריבן דאס איז איינעםס באניצער זייט, אויב ווילסטו קענסטו שרייבן אויף זיין רעדן בלאט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:10, 12 ינוואר 2007 (UTC)

דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אז ער איז דער זעלבער מענטש. דאס באלאנגט נישט אין זיין רעדן בלאט נאר אויף זיין רעדן זייט. זאל יעדער זעהן אז דו ביסט דער זעלבער מענטש.--נבוכדנצר 21:31, 12 ינוואר 2007 (UTC)
קענסט מיך אויסשפארן פינעף מאל א טאג, בהצלחה! דא וועט קיינער נישט זיין קיין סאקפאפעט!--נבוכדנצר 00:46, 14 ינוואר 2007 (UTC)
איך האלט נישט אז עס איז יושר פון דיר צוריקלייגן וואס איך האב אראפגענומען, עס איז געווען א טעות ווען איך האב דאס געלייגט, איך בעט דיר נעם דאס אראפ. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:04, 14 ינוואר 2007 (UTC)
דו ביסט א ווילדער רוח דו האסט שוין אויסגעבלאקט דא פאר גארנישט און פארנישט זאל יעדער זעהן ווער דו ביסט. דערוואג דיך דאס נישט אראפנעמען.--נבוכדנצר 01:07, 14 ינוואר 2007 (UTC)

ביסט יעצט אויסגעשפאר צוליב פרעזענליכע אטאקע. you are blocked becausee you personaly atatcked here on your talk page.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:12, 14 ינוואר 2007 (UTC)

אז די ביסט נישט גענוג באהוואנט אין די וועלטליכע געשענישען, דאן שווייג!

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דא שרייב איך בנוגע דאס וואס די האסט געשריבען אז באניצער בני ברקער האט וואנדעלעזירט וויקיפדיע שרייבענדיג: "דו האסט דא געשריבן אז ר' משה אריה פרידמאן איז געפארן קיין איראן צו לייקענען די האלאקאוסט, [2]. דאס איז ליגענט. צו העצן קעגן נטורי קרתא. אין וויקיפעדיע קען נישט דינען אלס די טול. ביטע דאס מער נישט טאן אין די עתיד.--נבוכדנצר 00:32, 16 ינוואר 2007 (UTC)" וויל איך פארשטיין פארוואס איז דאס ליגענט, די וועלט'ס מידיע, אמעריקע, די יוראפעיישע פאראיין, אין די גאנצע וועלט האט פארדאמט די מעשים וואס איז געטין געווארן ביי די קאנפרענץ, דהיינו דאס איז צוזאמגערופען געווארן בכדי אפצוווענדן די אוטענטישקייט פון דעם אז עס מכלומרשט פאסירט א חורבן אויף כלל ישראל, אין ווי אין דעם לאנד איראן, דארט ווי דאס פרייהייט פון ווארט ווערט שטרענג פארסירט אין מען לאזט יעדן בירגער אויסדריקען זיין פריוואטן מיינונג, זיי האבן פאריפען דעם אזוי גערופענעם שטודירונג'ס קאנפרענץ, צו שטודירן צו עס איז טאקע פארגעקומען א האלאקאוסט אדער נישט? וועם האבן זיי אהין געברענגט? פארשער וואס ווייזען אויף אז עס איז יא געווען א האלאקאוסט, אדער נאר אזוינע וויסטע שונאי ישראל א שטייגער ווי דעיוויד דיוק???...--בניברקער 17:28, 16 ינוואר 2007 (UTC)

ניין איך האלט ביסט נישט גערעכט, נבוכדנאצר איז גערעכט, אז דו ווילסט ברענג א ראיה אז ער איז געפארן אפלייקענען די האלאקאוסט, און נבוכדנאצר וועט ברענגן אז נישט, וועט עס געשריבן ווערן נייטראל אז עס איז דא צייטונגען וואס האלטן אזוי, און עס איז דא אזוי.--אבי ריינער 19:21, 16 ינוואר 2007 (UTC)
לאז מיר דיך עפעס ערקלערן, אין איך וועל אנהייבן מיט א קשיא, חוץ די 6 פאנאטיקער וואס זענען אהינגעפארן מיטן חרד'ישע לבוש וויל איך וויסען איז דארט געווען איין רעכט דענקיגע גוי וואס האלט אז עס איז יא פאהרגעקומען א האלאקאוסט? חוץ מזה, אפילו די וועסט וועלן טענה'ן אז טאקע וועגן דעם זענען זיי געפארן, הא גופא קשיא, ווער בוסטו צו פארן פארטרעטן אין אויפטרעטן אין נאמען פין אידישקייט (איך רעד נישט דא צו די ציונים האבן יא רעכט אדער האבן נישט רעכט צו רעדן און נאמען פון אידישן פאלק) נאר די געדאנק אליין אז קיין שום אידישע גרופע האט נישט גענומען פאראנפארטליכקייט אויף זייערע מעשים נאר זיי האבן דאס פארדאמט, אין לאמיר שוין זאגען אז ער רעדט אליינס אין נאמען פון אידישקייט, ווי קען אזא מענטש וואס שטעלט זיך אויף מיט א מייקרויפאן אין די הענט בעצם יום השבת צו רעדן אין נאמען פון אידישקייט--בניברקער 19:33, 16 ינוואר 2007 (UTC)
אקעי דו קומסט דא מיט שארפע מוסר רייד. זייער פיין ער האט נישט געטארט פארן, ער רעדט נישט בשם דיר. בלא בלא בלא. דא מוז מען זען די פאקט, איז ער געפארן צו לייקענען די האלאקאוסט צו נישט? שטעל דיך פאר איך ווייס נישט די אלע זאכן וואס דו שרייבסט, קומסטו און דערציילסט עס מיר, פרעג איך דיר פון וואו דו נעמסט עס, הייבסטו אן מיט גאנצע דרשות, אבער מיין קשיא האסטו נישט פארענטפערט, האט עס א מקור צו נישט? נייעס מוז זיין פלעינע נייעס, אן קיין שום זייטיגע השקפות וואס דער בלאט רעד דיך איין. איינער וואס וויל ליינען נייעס וויל זען די טרוקענע נייעס, און נישט צו זיי האבן געמעגט פארן צו נישט.--אבי ריינער 19:49, 16 ינוואר 2007 (UTC)
צו ער איז געפארן מיטן ציל צו לייקענען דעם האלאקאוסט ווייס איך נישט (און איבערצייגט אז נישט, בין איך אויך נישט, צוליב די דרשה וואס ער האט געהאלטן אין דייטשלאנד אום שבת קודש, סיי די ווערטער וואס ער האט דארט געזאגט אין סיי ווי ער האט עס געזאגט אין אויך צו וועם ער האט דארט גערעדט, בין איך נאך נישט אינגאנצען איבערצייגט אז ער איז נישט מסוגל צו לייקענען דעם האלאקאוסט) אבער ווי איך האב שוין פון פריער מסביר געווען איז די קאנפרענץ דארט געווען מיט'ן ציל צו לייקענען דעם שואה און צוליב דעם ווער עס האט זיך דארט באטייליגט ווערן זיי די וואס האבן זיך באטייליגט אינם קאנפרענץ (אין מיט רעכט!!!) באטיטעלט אלס מכחישי שואה... (בדרך אגב לייען איך נישט די בלאט, אין קיין שום צייטונג אויף די אידישע שפראך חוץ דעם אלגעמיינער דזשורנאל!)--בניברקער 21:13, 16 ינוואר 2007 (UTC)