לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:מענטשעלע

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


לכוארה בעסער לשון יחיד ווי לשון רבים?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך גיי באוועגן ארבייטארערס צו ארבייטארער

--אמסטערדאמער 14:06, 9 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

האלט דען איינער אז ר' משה טייטלבוים נישט געליטן פון אלטסהיימערס?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט ווי איך בין באקאנט איז דאס א פאקט וואס קיינער קריגט נישט. איך זעה דו זאגסט אז נאר די ארונים האלטן אזוי, ביסטו זיכער? דאכט זיך אז עס איז געווען פאפירן אויכט פובליק--אמסטערדאמער 14:09, 9 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

עס איז נישטא קיין פילע מיינונגען צו ער האט טאקע געליטן פון אלסהיימערס. סאיז אנגענומען איין מיינונג אז ער האט יא געליטן פארעכט דיין טויש.--אמסטערדאמער 14:23, 9 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

וויאזוי שרייבט מען זיך אונטער?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קוק דא אונטערשרייבן--אמסטערדאמער 14:16, 9 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

ווייל אזוי ארוים ווייסטו אז דיין ארבייט איז נישט להבל ולריק און מוועט דאס קענען גרינג אפיר טרעפן.--אמסטערדאמער 14:38, 9 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]


פארטייאישע לייקענונג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז אן אנדיספיוטעד פאקט אז ר' אהרן האט די מערסטע סאטמארע חסידים. און דאס אפצומעקן איז א בייעסד דיסערוויס צו די וויקיפידיע געמיינדע.--געוואלד 22:52, 15 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

כאטשיג עס איז שווער אראפצושלינגען אזא אפענער ליגענט, וואס מען קען זיין מיט די אייגענע אויג אויף בילדער פון די טישן. אז רוב טישן פון ר' אהרן האבן דאפעלט אויב נישט מער עולם ווי ר' זלמן לייב, איז דאך אבער דער פאקט אז די זאליס טענה'נען אז א חסיד מיינט נישט קומן צי טישן, לויט די זאליס איז א חסיד פון ר' זלמן לייב איינער וואס וויל ער זאל זיין רבי אנשטאט ר' אהרן. און מיט דעם איז טאקע מסתם יא דא מער סאטמערע אידן ווי ביי ר' אהרן'ס טישן.
בייעסד דיספיושען איז טאקע א שרעקליכער פארברעך אבער וויבאלד מ'קען נישט געהעריג אויפווייזן מוז מען אראפשלינגען דעם פארברעך און אנעמען דעם כללית'דיגן פאליסי, אז אלעס וואס האט נישט קיין מקור קען יעדער לייקענען. איך האף נאר אז דער באנוצער:מענטשעלע און באנוצער:קאצקער זאלן ווי מער לייקענען און לייקענען כדי מען זאל שוין אפיר טרעפן עפעס אן עצה וויאזוי זיך ספראווען מיט זייערע ליגענטס.
כללית דארף מען וויסן אז ווען א פארטייאישער וויקיפעדיע באנוצער מעקט זאכן אן א מקור קען מען אים נישט צוריק האלטן אבער גוט טוט מען אז מען פרעגט אים וואס ער זאגט צו די בילדער און לאז ער ענטפערן זאל יעדער זעהן אז ער איז א פארטייאישער מענטש וואס וועט געבן פשעטליך און דריידעלעך מיט די צייט וועט יעדער זעהן אז ער האט א נגיעה צו לייקענען אמת'דיגע זאכן וואס מען קען אים נישט אויפווייזן און מיר וועלן זיך שוין טרעפן אן עצה פטור צו ווערן. איך גלייב אין וויקיפעדיע'ס פראצעס, כאטשיג דערווייל זעה איך נאך נישט וויאזוי מען געבט זיך מיט זיי אן עצה. --קרעכמער 12:31, 16 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
איך וואלט פארגעשלאגן פאר באנוצער:געוואלד צו שרייבן דעם אמת וואס זאל שטימן מיט באנוצער:מענטשעלע'ס לייקענונג, אז ר' אהרן האט מער פארברענטע סאטמאר חסידים, און ר' זלמן לייב האט מער סאטמערע חסידים וואס זענען מתנגדים פון ר' אהרן און פארברענען זייערע קינדער זאלן זיין פארברענטע חסידים פון ר' זלמן לייב ווייל זיי ווילן נישט אז ר' אהרן זאל זיין רבי. אבער איך שרייב עס נישט ווייל עס פארלירט די קורצער קלארער אינפארמציע סטייל און עס איז אומבאחן'ט צו ליינן.--יאנוש 12:43, 16 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך וייס נישט וואס מען קריגט זיך אזוי אין די היים שטאט קרית יואל ווי ר` אהרן ט"ב האט געדינט די רבנות פאסטען פאר די לעצטע 22 יאר האט זיך ארויס געשטעלע ביי די לעצטע וואלן ווי די אהרונים האבען געשטימט פאר ר` אברהם ווידער אין די זאלונים פאר ר` יעקב יואל באנדא. אז ר` אהרן האט קנאפע 55  % פארסענט אריינגערעכנט זיין צענטראלע ישיבה גדולה מיט ארים 500 בחורים. עס איז געווען ארים 2700 שטימען פאר אברהם ווידער אין 2300 שטימען פאר יעקב יואל באנדא. נא ? אז אין זיין היים שטאט ווי עס איז זיין שטארקסטע באזע קענען ער מער נישט באווייזען מער ווי ארים האלב, מה נענה אבתרך בווילאמסבורג ווי יעדער איז מודה אז ר זלמן לייב איז דארט דאפעלט שטערקער .--העולם 13:22, 16 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]

דאס איז זיכער אז קיינער לייקענט נישט אז ר' אהרן האט מער מתנגדים, אפשר דאפעלט ווי זיינע חסידים, אבער צו גיין זאגן אז ר' זלמן לייב האט אטאמאטיק וועגן דעם מער חסידים איז אן אבסאלוטער שקר פון באנוצער:מענטשעלע וואס דערווייל האט נאך וויקיפעדיע נישט געהעריג קיין עצה וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעם און מען מוז דאס אנעמען אויף א שב ואל תעשה און נישט שרייבן גארנישט אדער טוישן די נוסח.--יאנוש 13:43, 16 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]
העולם, די סברא אז ר' אהרן האט מער חסידים אין קרית יואל ווי אין וויליאמסבורג ווייל עס איז זיין "באזע" איז זייער פאלש און האט נישט קיין מקור. עס איז נישט דא קיין שום סברא צו זאגן אז די סאטמארע קאנפליקט איז א "דעמאגראפישע" קאנפליקט, עס איז ענדערש א "אידילאגישע" קאנפליקט, קיינער גייט נישט ענדערש זיין א חסיד פון ר' אהרן ווייל ער וואוינט אין קרית יואל. איבערהויפט אז קרית יואל איז און ניו יארק נישט מעבר לים. עס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן אז ר' זלמן לייב האט די מערסטע חסידים אויף ווילסאן סטריט אבער אויף טעילאר סטריט נישט. נאך מער דאס איז דאך יעדער מודה אז די עיקר חסידים פון ר' זלמן לייב זענען ר' אהרן'ס שונאים, נו, פון זענען זיינע שונאים? נישט די וואס וואוינען אין קרית יואל די וואס האבן זיך געדארפט ספראווען מיט איהם.
איך האב געלערנט אין חדר "אין מקרא יוצא מידי פשוטו", א חסיד מיינט א חסיד, נישט יענעמס מתנגד, ביי מיר מיינט א חסיד, אזא איינער וואס אויב ווען א פרעמדער נייטראלער פרעגט איהם: צו וועלכע חסידות באלאנגט איר? זאל ער זאגן אן קיין שטאלפערן "איך בין א חסיד פון ר' זלמן לייב טייטלבוים", פון אט די חסידים רעד איך--געוואלד 20:39, 16 יוני 2006 (UTC)[ענטפֿער]