באַניצער רעדן:ווייצמאן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

ערשטנס, איך חזר איבער שון א סך מאל, אז איר ווילט שרייבן וועגן א מענטש, שרייבט געזונטערהייט אויפן ארטיקל בלאט. מען שרייבט נישט די זאכן אויפן בלאט ו׳ חשון אדער אן אנדער ׳טאג׳ בלאט.

צווייטנס, דער סלאנימער רבי הי״ד איז נישט געווען דער מחבר פון ״זכרון קדוש״ (וואס מען קען באלט פארשטיין פונעם נאמען פונעם ספר). דאס ספר (וואס איך האב אליין, כ׳האב עס באקומען פון א זון פונעם סלאנימער רבי׳ן זי״ע) איז א ספר וועגן דעם רבי׳ן רבי שלמה דוד יהושע; איין טייל פונעם ספר אנטהאלט זיינע תורות.

א גוטע וואך און א פריילעכן חנוכה. --פוילישער 18:33, 1 דעצעמבער 2018 (UTC)[ענטפֿער]

דער ארטיקל איז געווען געשריבן פלארידע מיט אן ״ע״. אזוי איז דער שטייגער. טאמער ווילט איר ענדערן אן אויסלייג וואס עקזיסטירט שוין הייבט אן א שמועס וועגן דעם טויש פאראויס. --פוילישער 18:23, 19 יוני 2019 (UTC)[ענטפֿער]

שוין געבעטן עטלעכע מאל נישט צו ענדערן אן דער הסכמה פון דער קהל. טאמער דו ענדערסט נאכאמאל אן א הסכמה וועט מען בלאקירן דיין קאנטע אן נאך א ווארענונג.--פוילישער 17:42, 25 יוני 2019 (UTC)[ענטפֿער]