לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:הייד פארק

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


קורצע טיטלען ביי די נייעס

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך מיין אז מען קען לאזן דעם באנוצער צו ווייטער ליינען אין דאס לינק אנשטאט צו שרייבן אלעס ביי די קליין נייעס קעסטל. נישט?

באמבע אין די אידישע בלאגספערע: געהיימער אידענטיטעט פון פאפולערסטע בלאגער, וואס האט באשמוצט מלמדים וואס האבן לויט אים סעקסואל באלעסטיקט תלמידים, אויפגעדעקט אלס אפגעפארען אייניקל פון ר' שרגא פייוול מענדאלאוויטש. די אויפדעקונג איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס יאהו האט געצייגט 2 אימעיל אדרעסן, איינס מיט מיט זיין אפענעם נאמען און איינס מיט זיין באהאלטן נאמען קומט פון זעלבן איי פי אדרעס ►רוני◄ 14:43, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

איך שטים מיט מיט רוני אויף דעם.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:49, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
איך בין מסכים אז מען דארף ווי מער קורצע טיטלען. קוקט צוריק אויף מיינע נייעסער וועט איר אייביג זעהן א קיצור'דיגע שפראך פון איין שורה. אבער דא האט מען געברויכט מעריך זיין כדבעי', הגם אויב איר האלט אז איר קענט דאס פאקירצען אדרבה, סיי "שמאלץ" און סיי "רוני", אבער נישט חלילה דאס וואס איר האט געמאכט רויט, ווייל דאס איז דאך דער עיקר די וועג וויאזוי מען האט אים אויפגעדעקט. --הייד פארק 20:42, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)