באַניצער רעדן:בניברקער
וועלקאם בעק. מאך דיך באקוועם... (געשריבן דורך: באנוצער:רוני)
וואס טוט זיך
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי אזוי שרייבט מען אריין אויפן הויפט בלאט, די נייעס? און צו דארף מען שרייבען די נייעס ווי די ייווא חברה האבן מחליט געווען (געשריבן דורך באנוצער:בניברקער)
טאמער איינער קען מיר מסביר זיין וואס ס'גייט פאר דא אין וויקיפעדיע, עס קוקט אויס ווי א מלחמה, און וואס איז פשט אז היינט דאנערשטאג כ"ה חשוון איז נישט געווען געהעריגע נייעס, (חוץ די פוסטע שטוסים פון די סאטמארע מחלוקה?) (געשריבן דורך: באנוצער:בני ברקער)
- {{דא איז געשטאנען א מעלדונג וואס איז צענזורירט געווארן פון וועגן פערזענליכע אטאקעס}}
- עס גייט דא טאקע פאר מלחמות מיט איינעם. אבער דו מוסט נישט זען און זיך רעכענען מיט זיי, דא איז א פרייע פלאץ און אזעלכע ניצן דאס אויס צו שרייבן שטותים, אבער די ארטיקלען אליין איז באוואכט און קאנטראלירט. ביסט איינגעלאדנט צו נעמען אן האנט און צולייגן אינפארמאציע מיט וואס דו קענסט. ►רוני◄ 01:48, 17 נאוועמבער 2006 (UTC)
- קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס היינט (זונטאג) האב איך נישט געקענט ענדערן מיין רעדן בלאט? אויך וויל איך וויסען פארוואס פאריגע וואך דאנערשטאג איז נישט געווען קיין שום נייעס חוץ די טופש'סדיגע נייעס פון די סאטמארע פאליטיק? נישט אז עס שטערט מיר אז מען שרייבט פאליטיק ביי די נייעס, נאר נישט יעדע נייעס דארף זיין פון פאליטיק און אוודאי נישט סאטמארע פאליטיק...
- אז דו האסט אנדערע נייעס שעם דיך נישט ארויפלייגען. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:17, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)
וויקיפדיע נייעס און אידיש/יידיש
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קודם וואלט איך געוואלט וויסען צו מעג מען צענזוזירען די נייעס לויט וויקי'ס תקנות, און אויך צו אימיצער ווייסט ווי אזוי מען קען טייפען מיט די געהעריגע קיבארד לויט די ייוו"א כללים?
- איך האב נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט צענזוזירן. לגבי שרייבן לויט ייוו"א האסטו עטליכע מעגליכקייטן. קענסט ניצן די אותיות וואס שטייט אונטן ווען מען באארבייט א בלאט, אדער קענסטו ניצן די "שרייב-מאשינקע" וואס ליגט ביים מעניו אויף דער זייט (איבער ווו מען טייפט אריין צו "זוכן"), אויך קען מען פונקטירן דורך דעם קיבארד (קלאוויאטור) דורך דרוקן אויף דער Caps Lock קנעפל און נאכער האלטן דעם Shift קנאפ און צוזאמען קוועטשן אויף א נומער (אבער דאס ארבייט נאר אויב מען אינסטאלירט אפיציעליש העברעיש). אויב האסטו נישט פארשטאנען, זאג וואס דו ווילסט פארשטיין און מעןן וועט דיר העלפן גערן. ►רוני◄ 18:43, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)
- יישר כח רוני פאר דיין שנעלע רעספאנס, בנוגע צענזור מיין איך נישט עפעס ספעסיפיש נאר בדרך כלל
ביטע נישט מעקן נייעס נאר אויב מען איר לייגט דאס אין די ארכיווען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מעקן הייסט דאס וואס דו האסט געטאן דא נעכטן קוק [1]. עס ווערט פארלוירן זייער אסאך נייעס ווען מען מעקט און מען לייגט דאס נישט אריין אין די ארכיווען. ברוך ה' לעצטענס האב איך מער צייט אויפצופאסן אבער אין די עבר ווען דו ביסט נאך נישט דא געווען מיט דעם נאמען, האבן מיר אסאך פארלוירן נייעס פון אט די מעקן. ביטע דאס נישט מעקן אין די עתיד. ייש"כ--יודל 15:12, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)
- אפשר לאזטו מיר וויסען ווי אזוי איך קען לייגען די נייעס אין די ארכיווען, ווייל אמאל זאמעלט זיך אן א ים פון נייעס פון אפאר טעג און מען וואלט עס שוין פון לאנג געדארפט אוועק-פאקן, און דאס וואס די שרייבסט כאולו איך בין אמאל דא געווען מיט א אנדערע נאמען האסטו א גרויסע טעות ווייל איך בין א נייע וויקיפדיע שרייבער (ליינען, ליין איך שוין פון לאנג, נאר לעצטנס האב איך אנגעהויבן שרייבן).
- צו ארכיווען מוז מען דאס קאפיען און פעיסטען אין די ריכטיגע פלאץ פון איר דעיט. דו וועסט דאס טרעפן לויט זיין דעיט אין די פארטאל:נייעס בלאט. יישכ און ניין איך האב נישט געזאגט אז דו ביסט אן אלטער באנוצער. איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דאס ארויס פון מיינע ווערטער.--יודל 22:10, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)
- יודל טייערע איך ווייס נישט צו דו ביסט א מבין דבר מתוך דבר, אבער איין זאך איך וועל דיר דא יעצט קוואטען דאס וואס די האסט געשריבען אויף דעם רעדן בלאט, וזה לשונך "ווען דו ביסט נאך נישט דא געווען מיט דעם נאמען", איך גלייב אז יעדער קליין אינגעל פון חדר וועט פארשטיין פון די ווערטער אז עפעס מיינסטו דא פערזענדליך, די פראבלעם איז, אז די האסט א גרויסע טעות ווי איך האב שוין פריער געשריבען. בדרך אגב: יודל טייערע זיי מיר זשע אזוי גוט מסביר וואס די קעסטיל דא פון אונטען באדייט, איך פארשטיי נישט...
- צו ארכיווען מוז מען דאס קאפיען און פעיסטען אין די ריכטיגע פלאץ פון איר דעיט. דו וועסט דאס טרעפן לויט זיין דעיט אין די פארטאל:נייעס בלאט. יישכ און ניין איך האב נישט געזאגט אז דו ביסט אן אלטער באנוצער. איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דאס ארויס פון מיינע ווערטער.--יודל 22:10, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)
--◘אלזוז◘ 23:30, 21 נאוועמבער 2006 (UTC)
- איך האב פשוט געשריבן אז פאר דעם איז געווען דא איינער וואס האט געטאן טאקע דייקא דאס. אבער לגבי דעם קעסטל דארפסטו פרעגן באנוצער:רוני ער וועט דיר גערן ענטפערן.--יודל 01:04, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
- קענסטו מיר (איך ווייס נישט צו וועמען איך שרייב דא נאר היות עפעס טוט זיך דא לעבעדיג זייט נעכטען) מסביר זיין וואס דא גייט פאר?, איך בין סך הכל א נייע וויקיפדיע באנוצער (שרייבער) אין איך כאפ פשוט נישט וואס דא גייט פאר, איבער וואס קריגט מען זיך דא, און איז דא א מענטש וואס זיכט אינטערצוברענגן די אידישע וויקיפדיע? ביטע זייט אזוי גיט און ענפערט מיר!
- איך האב פשוט געשריבן אז פאר דעם איז געווען דא איינער וואס האט געטאן טאקע דייקא דאס. אבער לגבי דעם קעסטל דארפסטו פרעגן באנוצער:רוני ער וועט דיר גערן ענטפערן.--יודל 01:04, 23 נאוועמבער 2006 (UTC)
נישט שרייבן ליגענט אן מקור
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
דו האסט דא געשריבן אז ר' משה אריה פרידמאן איז געפארן קיין איראן צו לייקענען די האלאקאוסט, [2]. דאס איז ליגענט. צו העצן קעגן נטורי קרתא. אין וויקיפעדיע קען נישט דינען אלס די טול. ביטע דאס מער נישט טאן אין די עתיד.--נבוכדנצר 00:32, 16 ינוואר 2007 (UTC)
איז דיר אינטערסאנט די סעקס נייעס?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איז דיר אינטערסאנט די סעקס נייעס וואס יודל (י.מ. סופר) לייגט ארויף אויף וויקעפעדיע יעדן טאג? אויב נישט קענסטו זיין דער מכריע צו ער זאל עס ווייטער לייגן.--מיסטער 21:02, 30 ינוואר 2007 (UTC)
- איך בעט דיר ענטפער מיר אויף דעם: איז דיר די סעקס נייעס אינטערסאנט? יא צו ניין?--מיסטער 21:47, 30 ינוואר 2007 (UTC)
- ס'אינטערעסירט מיך נישט אבער איך גיי מיך נישט משוגה מאכן נישט אויף יא און נישט אויף ניין. וואס ס'אינטערעסירט מיך יא איז אז מען זאל נישט וואנדעלעזירן וויקיפידיע, ווילסט שרייבן דיין אייגענע בויך ווייטאג און מעקן יענעם'ס, עפען א פארום אויף הייד פארק אדער ווי אימער און טוה דארטן כל מה שעולה על לבך, דא לאז געמאכט, אין נאכאמאל לגבי די נייעס, אינטערעסירט מעך נישט אויב ער שרייבט יא צו ער שרייבט נישט.--בניברקער 21:51, 30 ינוואר 2007 (UTC)
- פארשטייסט? איך גיי זיך יא משוגע מאכן! סאיז געווען דערויף וואוטס צו מען זאל אראפנעמען די סעקס נייעס, קוק ביי די וואלן, רוב האבן געוואוט אז מען זאל עס אראפנעמען. איך בין א חסידישע איד און עס אינטערסירט מיך נישט, און איך בין דוקא דערקעגן, און איך וועל ארבעטן דערויף ביז איך קען.--מיסטער 21:55, 30 ינוואר 2007 (UTC)
- הער אויס: איך האב אויך מיטגעהאלטן די וואלן (איך האב נישט געוועלט, ווייל ס'איז נישט א נושא וואס איך בין מיך מטפל מיט), אבער ציווישען מיר און דיר, דא רעדט מען נישט א פלאץ ווי עס האבן געוועלט הונדערט מענטשן, ניטאמאל צען, און דאכט זיך מיר אז פינעף אויך נישט, טא ווי קענסטו דאס אנריפען וואלן, ווער האט געציילט די וואלן, און ווער האט זיי באשטומט?--בניברקער 22:13, 30 ינוואר 2007 (UTC)
ביטע לאזן שפאקולאציעס פאר הייד פארק
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיר זענען אן אנציקלאפעדיע, און מיר האבן נישט קיין שום פלאץ פאר זאכן אן מקורות איבערהויפט שפאקולאציעס. [3] ביטע דאס מער ניטש שרייבן שכוח. --געוואלדיג 12:46, 2 אין אפריל 2007 (UTC)