באַניצער רעדן:איינשטיין
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
--יודל 09:34, 18 אַפריל 2008 (UTC)
איבער דיינע רעיטינגס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א דאנק פארן זאגן דיין מיינונג. איך בין מיך מחולק פארשטייט זיך. לדעתי; וויבאלד דו זעהסט רוני'ס באוועגן דא אלעמען'ס ארבייט אן זיך דורכרעדן קעגן פאליסי און דו לאזט דאס צו אן צוריקדרייען תיכף ומיד, און דאך עקזעסטירן מיר, זענען מיר די בעסטע גרעסטע שענסעט און געלונגעסטע וויקיפעדיע. סא איך נעם אן דיינע רעיטינגס מיט די זעלבע לעפל פון זאלץ ווי איך נעם אן דיין שטיל-שווייגעניש צו רוני'ס חורבנות. ד.ה. אז איינשטיין פוילישער און רוני זענען אלע דא מיטן זעלבן ציל, וואס דאס איז לאז איך איבער פארן ליינער צו מאכן זייערע אייגענע מססקנות, חומר למחשבה אז דער איינשטיין איז קוים דא [מיט דעם נייעם ניק איין חודש] און שוין איז ער ביזי צו זאגן דעות איבער אונזער וויקיפעדיע....--יודל 10:46, 30 אַפריל 2008 (UTC)
- איך קום פון אנדערע וויקיפעדיעס (עברית און ענגליש) אין קיין איינס איז נישטא אזא מושג אז א פריוואטע באניצער זאל האבן א פליכט צוריקצודרייען און אבאכט געבן אויף אנדערעמס טעותים, אדרבה א פריוואטע באניצער דארף ווי ווייניגער זיך מישן אין יענעמס טעלער, און דער ארבעט באלאנגט פאר די sysops.
דאס וואס דו שרייבסט חומר למחשבה וכו' איז מיר מוראדיג וואונדערליך ווען א שורה פארדעם פארלאנגסטו אז איך זאל זאגן דעות בנוגע רוני'ס באוועגונגען כאטש איך בין דא בלויז אזא קליינע צייט.
און בכלל מעגליך אז דו האסט נישט ארויס די קאנצעפט פון וויקיפעדיע, יעדער באניצער איז א עולם בפני עצמו, און אפילו ווען מען איז דא איין טאג האט מען די זעלבע רעכט ווי א אלטע מעמבער. בדרך אגב איך בין דא נישט מער ווי א וואך, נישטאמאל א חודש - ווי דו שרייבסט.
בכל אופן יישר כח פארן קאמענטירן :) .--איינשטיין 12:25, 30 אַפריל 2008 (UTC)
- איך האב דיר גארנישט געבעטן און אוואדאי נישט זאלסט דיך סותר זיין מיטן ניק רוני.
- איך האב נישט ארויס די קאנצעפט און דו יא כא כא כא. סאר פארן אויפטוישן די וואך מיטן חודש. קיינער נעמט דיר נישט אוועק 'די רעכטן האסט געבעטן מיין מיינונג האסטו - סך הכל איז דאס זעלבער מיינונג אויף דעם נייעם ניק גילטיק וואס מ'האט שוין געזאגט איבער אלע אלטע ניקס רוני פוילישער און די מיליאנען בלאקירטע.--יודל 12:59, 30 אַפריל 2008 (UTC)
פערזענליכער ביטע: נעם אראפ זיי מוחל דעם חסידישן אינגערמאן'ס פנים פון דיין באנוצער בלאט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מעגסט מיך אנפייפן אבער דער בילד איז נישט פון קיין פובליק פיגור און אויך נישט דיין אייגען'ס כדי דאס צו פארשפרייטן. עס קוקט אויס ווי דו ווילסט פארקויפן אז דאס ביסטו. ביטע נעם דאס אראפ ווייל עס איז פארפירעריש און הונדערט פראצענט שאדן פאר א חרדישע איד'ס פאטאגראפיע זאל ווערן פארשפרייט אויף אזא אופן. איך קען זיין ראנג און איך האף אז טאמער דו וועסט דיך פארעקשענען זאל כאטש פוילישער זאגן זיין מיינונג איבער דעם, - ער האט אמאל אפען ערקלערט אז די שאלה פון פריוואטקייט איז נישט שייך צו מאכן פאליסי לויט 'מיין מיינונג' נאר מען מוז הערן וואס אנדערע זאגן.--יודל 19:53, 30 אַפריל 2008 (UTC)
- יישר כח פארן אראפנעמען. איך האב ח"ו נישט געמיינט קיין שום שלעכטס, ווייל יענע אינגערמאנס פריוואטקייט איז סייווי געשטערט געווארן דורכן וויקיפעדיע (ווארשיינליך געזעצליך). עס איז א ברייט אנגענומענע מהלך אין אנדערע וויקיפעדיעס ארויפצולייגן אן עקזיסטירנדע וויקיפעדיע בילד אויפן באניצער בלאט אפילו פון פנימע'ר. אבער איך האב געשריבן אז מיין באניצער בלאט איז פריי פאר יעדעם, און יישר כח פארן אראפנעמען נאכאמאל. (ווען איך וועל וועלן קומענדיגע מאל באצירן מיין באניצער בלאט, וועל איך האפענטליך טרעפן אן אנדערע שיין בילד וועלכע וועט דיך נישט שטערן :) --איינשטיין 19:59, 30 אַפריל 2008 (UTC)
- איין זאך איך האב נישט אפגעוואנדן דיין פריערדיגער שקר אז בלויז סיסאפס מעגן און זענען באויפטראגט צו היטן פון רוני'ס וואנדאליזם, - דו ביסט ראנג עס איז יעדן'ס פליכט און אויפגאבע צוגלייך. עספעשעלי אז דער סיסאפ איז דער פערפעטריטאר זעלבסט, וויזוי ווילסטו אז עליאט ספיצער זאל זיך אליין'ס לויפן צו די פרעסע און זאגן איך שטופ הוקערס און מאכטס מיך אויס גאווערנער? דיין ארגומענט איז לעכערלעך און מאכט זערא סענס.
- יישר כח פארן אראפנעמען. איך האב ח"ו נישט געמיינט קיין שום שלעכטס, ווייל יענע אינגערמאנס פריוואטקייט איז סייווי געשטערט געווארן דורכן וויקיפעדיע (ווארשיינליך געזעצליך). עס איז א ברייט אנגענומענע מהלך אין אנדערע וויקיפעדיעס ארויפצולייגן אן עקזיסטירנדע וויקיפעדיע בילד אויפן באניצער בלאט אפילו פון פנימע'ר. אבער איך האב געשריבן אז מיין באניצער בלאט איז פריי פאר יעדעם, און יישר כח פארן אראפנעמען נאכאמאל. (ווען איך וועל וועלן קומענדיגע מאל באצירן מיין באניצער בלאט, וועל איך האפענטליך טרעפן אן אנדערע שיין בילד וועלכע וועט דיך נישט שטערן :) --איינשטיין 19:59, 30 אַפריל 2008 (UTC)
- לענינו האסטע געשריבן ווידער כללים וואס יעדער איינער טוט לויט דיר: עס איז א ברייט אנגענומענע מהלך אין אנדערע וויקיפעדיעס ארויפצולייגן אן עקזיסטירנדע וויקיפעדיע בילד אויפן באניצער בלאט אפילו פון פנימע'ר - דאס אויך שוו ושקר קיינער טוט קיינמאל טוהן אזא נידערטרעכטיגער אקט פון לייגן אומשודליגע פרעמדע ניט פובליק פנים'ער אויף די אייגענע באנוצער בלעטער כדי יעדער זאל מיינען אז דאס איז דער באנוצער רח"ל. דו ביסט נישט יענער בילד פארקויף מיר נישט קיין לאקשאן דאס איז א בחור'ל וואס איז נישט קיין ארוני ביסטע בייז אויף אים און דו פארשעמסט אים. דאס איז נישט קיין אנושית און בלויז אן ארוני קאן אזאנס טאן.--יודל 20:10, 30 אַפריל 2008 (UTC)
ווארענונג איבער דיינע לייגן בילדער פון פריוואטע מענטשן אז מזאל מיינען אז דו ביסט עס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
איך האב פרובריט 3 מאל אויסמעקן און פארעכטן די בילדער דו שפילסט דיך ארום מיט מיר כאילו איך האב עפעס צו טאן מיטן בילד סך הכל האב איך געפאלגט דיין פארלאנג אז מ'זאל פארעכטן דיין באנוצער בלאט. איך בעט דיך הער אויף צו זיך שלאגן מיט מיר. דאס איז קעגן די פאליסיס פון וויקיפעדיע:ציוויליטעט און וויקיפעדיע:קיין פערזענליכע אטאקעס לויט ווי איך פארשטיי מיינסטו אז וויבאלד דו ביסט געווארן סיסאפ מיט א דריטן ניק פאריגע וואך קענסטע שוין זיך דא צעלאזן מיט א נייעם ניק. איך בעט דיך הער אויף צו ווילדעווען נעם אראפ די בילד אדער לייג קלאר א הודעה אז דו ביסט דאס נישט. א דאנק--יודל 15:42, 1 מײַ 2008 (UTC)
- איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם אזויווי עס איז יעצט, דו דארפסט זיך מער מסביר זיין.--איינשטיין 15:44, 1 מײַ 2008 (UTC)
- איך האב דיר זייער קלאר געזאגט די הודעה מוז קומן פון דיר נישט פון מיר, ווייל דאס וואס דו לייגסט ארויף מיין פריוואטער נאמען דארטן איז א רמז אז בלויז איך אדער בלויז דו האבן א כוונה דערביי. דער בילד איז פון א פריוואטער מענטש וואס דו האסט נישט קיין רעכט צו נוצען פאר קיין שום רמזים אנבאלאנגט עני אידענטיטעט רמז אויף וויקיפעדיע באנוצער. אז דו ווילסט לאזן פשוט אן הודעה אז דער בילד איז נישט דו איז גארנישט ראנג אבער שרייבן אז איך מאך די הודעה ווייזטו אז דו ביסט נישט קיין נייער ניק פון אונגערן נאר פון פוילן--יודל 15:47, 1 מײַ 2008 (UTC)
דיין פלוצלינגעדיגע אקטיווקייט און פוילישער'ס שתיקה
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך ווייס נישט ווער דו ביסט באט אלס שרייבער פון קוים איין וואך זינט דער ניק פוילישער איז דא געווארן מנהל און דו ביסט נישט קיין נייער באנוצער ווייל דו שרייבסט שוין גאר זייער לאנגע ארטיקלן און קונסטליכע שווערע מוסטערן און קוים וואס ביסט דא א וואך און שוין האט ער זיך ארוםגעשלאגן דא מיט בילדער קעגן פאליסי און קריטיקירן די וויקיפעדיע בשעת ווען פוילישער איז דא שטיל, און ער האט מיר געזאגט אז ער גייט שוין נאמאר זיין שטיל איינמאל מען געט אים כוח. דערוויל האט ער אונז אלע אפגעפאפט און גענצליך געווארן שטיל מיט זיין ניק פוילישער איך גלייב נישט אז ער האט אויפגעהערט צו שרייבן דא, אזוי ווי איך גליייב נישט אז רוני איז געגאגען וואקאציע ווען פוילישער איז געבורין. איז אלזא פיל איך אז איך מוז דיר מודיע זיין אז איך קוק דיך אן ווי דער זעלבער פוילישער רוני באנוצער צו דו שרייבסט פון איין איי.פי. דורך אן איי.פי. טשענדזשער צו דו טוישט טאקע קאמפיוטער קאפעי דורכן טאג. דעריבער פיל דיך זייער באקוועם צו רעדן אויף די רעדן בלעטער אפען דארפסט נישט באנייען שמעוסן אויף פערזענליכע באנוצער בלעטער ווי דו האסט גאטאן אויף רוני'ס באלט בשעת מיר האבן שוין דן געווען אויף די אישוס בלאט. זיי געזונט און א דאנק פארן שרייבן דא צו ווערן א מיטגליד כאטשיג דאס איז פארפירעריש--יודל 18:21, 1 מײַ 2008 (UTC)
- איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דו ווילסט אז איך זאל טון לכבוד דעם וואס דו קוקסט מיר אן אלץ פוילישער אדער רוני.--איינשטיין 18:44, 1 מײַ 2008 (UTC)
- געווארענט זיין אויף די פאליסי : וויקיפעדיע:סאקפאפעטרי--יודל 18:46, 1 מײַ 2008 (UTC)
אפשר זאל יודל דאווענען מיט מער כוונה. נישט בין איך איינשטיין נישט רוני, ער זאל נישט האבן אפילו א הוה אמינא צו ברענגען ארויף אזעלכע באשולדיגונגען. --פוילישער 12:48, 2 מײַ 2008 (UTC)
- פוילישער, ס'איז בסדר. יישר כח :) --איינשטיין 13:21, 2 מײַ 2008 (UTC)
דזשיב(ע)ריש
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ערשטנס, א שכוח פארן שרייבן דעם 5000טן ארטיקל אין דער יידישער וויקיפעדיע.
איך בין מציע מ'זאל אויסלייגן דאס ווארט "דזשיבעריש" מיט אן 'ע' ווייל (1) מען שרייבט עס אויף ענגליש מיט אן e, וואס ווערט געוויינלעך אן 'ע' אויף יידיש און (2) מען רעדט ארויס דאס ווארט דזשיבעריש און נישט דזשיבריש. וואס זאגט איר דערצו? --פוילישער 09:33, 6 מײַ 2008 (UTC)
- איך בין געווען מסופק וויאזוי מען זאגט עס ארויס, ביסט גערעכט. ביטע טויש עס. --איינשטיין 12:37, 6 מײַ 2008 (UTC)
- און אייגענטליך א יישר כח נאכאמאל פארן פאררעכטן מיינע טעותים (כאטש אין מינדערוויכטיגע זאכן בין איך מחולק מיט דיר, אבער דיין וואלענטוריטעט שטייגט דאס איבער) תודה רבה --איינשטיין 12:40, 6 מײַ 2008 (UTC)
- איך בין געווען מסופק וויאזוי מען זאגט עס ארויס, ביסט גערעכט. ביטע טויש עס. --איינשטיין 12:37, 6 מײַ 2008 (UTC)