באַניצער רעדן:אורים ותומים
--קאצקער 02:02, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
די וויכטיגקייט פון וויקיפעדיע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עמיציר (איך רוף אים נישט אן ביים נאמען זינט ער אליין האט נישט אונטערגעשריבן זיין נאמען) האט מיר אנגעפרעגט, וואס איך מיין מיט מיינע ווערטע אין באניצער בלאט: "איך האף בייצושטייערן צו וויקיפעדיע אויף ווי ווייט מעגליך, איך זעה אין דעם פראיעקט א געוואלדיגער וויכטיגקייט". יענער וויל מיט רעכט פארשטיין וואס איז די גרויסע וויכטיגקייט וואס איך זעה דא.
איך וויל דא פרובירן אביסל צו ערקלערן די זאך לויט מיין שפאקטיוו.
די אינטערנעט האט געעפנט א וועלט פון אינפארמאציע וואס יעדער קען דערגרייכן אין די באקוועמליכקייט פון זיין אייגענע היים, אויב האט מען אמאל געדארפט ארויסנעמען א דיקן טעלעפאן בוך פון שאפע, אדער אראפ קריכן אין לייברערי געוואר צו ווערן מער וועגן סיי וואספארא נושא, קען היינט אלעס - און נאך סאך מער פון דעם - געטאן ווערן איינס צוויי דורך די אינפארמאציע נעץ וואס רופט זיך אינטערנעט. א פאסנדיגער ביישפיל איז דער גוגעל וועבסייט וואס זוכט אויף אלעס וואס האט א שייכות מיט די זוך ווערטער וואס מען לייגט אריין, און איז מלקט אלעס וואס איז רעלאטיוו דערצו. פארשטייט זיך אז עס שטעלט נאר צו מראי מקומות, און דא קומט אריין וויקיפעדיע אינעם בילד.
ביז וויקיפעדיע איז כמעט נישט געווען א פרייע וועבסייט וואס זאל דינען אלץ א ריכטיגע אינצעקלאפידיע אנשטאט די געדרוקטע דיקע אינצעקלאפידיע ביכער, דער געדאנק אז יעדער קען אליין שרייבן איז למעשה געווען דער יסוד וויאזוי וויקיפעדיע האט געקענט מצליח זיין, ווייל די אנדערע ברירה איז געווען צו דינגען פראפעסארן און שרייבער פאר פיל געלט אדער ארויסקוקן אויף די חסדים פון די וואס וועלן מסכים זיין צו וואלונטירן, דורך דעם וואס יעדער אפילו נישט געלערנטע האבן אנגעהויבן שרייבן, איז אויסגעקומען אז די געלערנטע האבן געשפירט א פליכט אויסצובעסערן גרייזן און אפילו זיי אליין אנגעהויבן בייצושטייערן.
דער רעזולטאט היינט צו טאג'ס איז, אז עס עקזיסטירט נישט נאך א אינצעקלאפידיע אין די וועלט וואס איז געשריבן אין אזויפיל שפראכן, דורך פרייוויליגע ביישטייערער, וואס איז פריי פאר יעדן!
אז מען לייגט היינט צו טאג'ס אריין א ווארט פון א געוויסע נושא צו זוכן אין גוגעל, באקומט מען געווענליך תיכף אין די ערשטע רעזולטאטן א לינק צו וויקיפעדיע ווי דער נושא ווערט באהאנדלט. די מערסטע פאפולער איז פארשטייט זיך די ענגלישע וויקיפעדיע וואו עס זענען דא די מערסטע ארטיקלען, ביישטייערער און לייענער.
דערפאר שפיר איך פערזענליך א וויכטיגקייט, אויסצוברייטערן די ארטיקלען דא אינעם אידישן וויקיפעדיע, אז די פיל אידישע ליינער ביי וועמען אידיש איז זייער מוטער שפראך און ביי וועמען ענגליש איז א שפראך וואס מען קען נאר אויבערפלעכליך, זאלן אויך קענען פארברייטערן זייערע ידיעות און קענטעניסן. --אורים ותומים 23:29, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
איז די אידישע וויקיפעדיע אנדערש?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]און דא קומט אויך אריין די שאלה וואס איך זעה פלאגט געוויסע אידישע לייענער און שרייבער, נעמליך, "וויאזוי" מען ברויך שרייבן די ארטיקלען דא.
פערזענליך, בין איך מסכים מיט די וואס זאגן אז דער אידישער וויקיפעדיע איז אנדערש ווי דער גויאישער.
ווייל אויב טאקע, זענען די ארטיקלען דא געמאכט פאר די וואס פארשטייען נישט אינגאנצן די ענגלישע ארטיקלען ביים ענגלישן וויקיפעדיע און דערפאר קומען זיי זוכען די אינפארמאציע דא, קומט דאך אויס אז מען קען אננעמען אז רוב לייענער דא זענען מערסטענס פונעם חסידישען קרייז, און אויב אזוי דארף מען דעריבער יא שרייבן די ארטיקלען מיט איידלקייט און נישט פוגע זיין אין זייערע געפילן. אויב וועט זיך שאפן א מציאות אז א חסידישער איד וועט נישט זיין באקוועם דא זיך ארום צו דרייען, איז א גרויס חלק פון שרייבן דא ארטיקלען פשוט ארויס געווארפן די צייט, ווייל די ארטיקלען אין ענגלישען וויקיפעדיע זענען בעסער און מער אריגינעל.
דאס איז מער ווייניגער מיין ערקלערונג וועגן די וויכטיגקייט פון וויקיפעדיע און מיין מיינונג וויאזוי עס זאל געשריבן ווערן, א ויכוח וואס איז האב געזען ווערט ברייט ארום געשמועסט אין געמיינדע. --אורים ותומים 23:33, 5 בספטמבר 2006 (UTC)
- ביסט גערעכט אז מען דארף זיין איידל, אבער מען מעג שרייבן ידיעות איבער אלעס, נאר מיט פיל איידלקייט. ►רוני◄ 00:10, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
- גערעכט, נאר דער "פיל איידלקייט" דארף זיין אין איינקלאנג מיט א חסידישען איד'ס דרך החיים לפי עניות דעתי. --אורים ותומים 17:57, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
אורים ותומים, חילך לאורייתא.
איך האלט אז די האסט ארויסגעברענגט דעם פונקט וועלכע דריקט יעדעם פון אונז. איך האלט אז די מנהלים דא זעהען דאס נישט איין, און עס איז א גרויסע שאד. זיי זעהען נישט דעם איינפאכער ריאליטעט, און מיינען אז אויב זיי וועלן איינשטעלן גרעניצן וואס מען שרייבען און וואס נישט וועלן זיי דערמיט לייגן אין געפאר דעם "פרייהייט פון ווארט". מיר דארפן אבער געדענקן אז "פרייהייט פון ווארט" איז קיין גאט, און מוזן אים נישט דינען. איך בין מסכים אין פרינציפ צום אידילאגיע פון פרייהייט פון ווארט, אבער יעדע זאך דארף זיין במדה ובמשקל. אפילו אין דער דעמאקראטישע אמעריקע וועלכער ווערט פארעכענט אלץ דער גרעסטער אדוואקאט פאר דעמאקראטיע און "פרייהייט פון ווארט" זענען אויך פארהאן פיל סיטואציעס ווי דער כלל איז נישט גילטיג. למשל, אויב וועט איהר נוצן אייער "פרייהייט פון ווארט" און שרייען אויף א שווארץ-הויטיגען נישט קיין שיינע ווערטער, וועט מען איין שיינערהייט אריינזעצן אין יושב בסתר, און עס ווער נישט העלפן קיינע אויסריידן אז איהר האט דא גענוצט אייער רעכט פון "פרייהייט פון ווארט". דאס איז איינס פון צענדליגער משלים ווי דער פרייהייט איז באגרעניצט. די זעלבע זאך איז דא אין דער יידישער וויקיפעדיע. מען דארף איינזעהן ווער עס זענען די קליענטן צו אט דעם ענציקלאפעדיע. מען קען נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין און זאגן אז "עס אינטערעסירט מיר נישט". ווען איינער עפענט א ביזנעס קוקט ער ווער עס גייען זיין זיינע פאטענציאלע קונדן, און וואס ער דארף זיך צו זיי צושטעלן. אויב דער יידישער וויקיפעדיע איז געצילט פארן היימישען "יידישען" ציבור, דאן דארפן מיר האלטן אין קאפ אז דער געמיינדע האט פאר זיך פאראויסגעלייגט פארשידענע געברויכן, און אז מיר וועלן זיך פון דעם נישט וואוסענדיג מאכן, און מיר וועלן נישט זיך צושטעלן צו אט די געברויכן, וועלן זיי נישט נוצן וואס מיר האבן צו פארקויפן. איך מיין אז די סוקסעס פון דעם וויקיפעדיע ליגט אין אט דעם פונדאמענטאלער שטעלע וועלכע די האסט אזוי גוט ארויסגעברענגט. --Beneberaq 19:46, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
א סתירה פון דיין ערשטן העלפט ביזן צווייטען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די ערשטע פאראגראף ביסטו מודה אז דער גאנצער הצלחה פון וויקיפעדיע מאדעל און מידיעם איז צוליב דעם וואס יעדער שמויגער קען זיך באטייליגן. און אינעם צווייטען פאראגראף לויפספטו שוין איינטיילן וואס מען מעג יא און וואס נישט לויט דיין הויכבאשפריצטער אינטליגענציע. דא הייסט אז לויט דיר מעגסטו יא איינטיילן וואס און ווער עס מעג שרייבן אין וויקיפעדיע. בכלל פון דיין באטייליגונג אין די נייעס און נישט אין די ארטיקלן זעהט זיך אן אז דיין פלאץ איז אין דער בלאט נישט אין וויקיפעדיע. און דיין גאנצער דא זיין איז בלויז צו מאניטערן די נייעס עס זאל נישט שטערן דיין פארשטונקנע פארטייאישע אינטערעסן. קענסט זיין זיכער אז איך וועל דיך מאכן שווער ארבייטען--שושנת יעקב 15:09, 8 פעברואר 2007 (UTC)
- חאחאחאח, אוי איך ליג אויפן פלאר. דער צופידלטער און גייסטיש צערידערטער פארשוין האלט דער וועקיפעדי ווי זיין דאַלי, און קיינער טאר עס נישט טאטשען. מיין גרעסטע תענוג דא איז זיך צו שלאגן מיט אים, ווען איך האב אפאר מינוט צייט קום איך דא אריין און איך מאך אים שפרינגען ווי א צאפ. דער אידישער וועקיפעדי איז נישט די אפטייטש פון די אלגעמיינע וויקיפעדעי, או נא!, דער אידישע וועקיפעדי איז אזא סארט ספארט, מען דארף קענען די געים, און אפילו נישט איז עס אויך געשמאק. יודל<אבישי<שושנת יעקב< און די אלע סעקשאן 8 נעמען, ווען דו גייסט אוועק פון דא וועט נישט טויגן, מיר וועלן פארלירן אונזער האַבי, בלייב דא. און נעם קער.--שור שגנח 15:54, 8 פעברואר 2007 (UTC)