לדלג לתוכן

באַניצער:Zvi-Hirsch

פֿון װיקיפּעדיע

[[|miniatur|400px| דער שלום פֿון װעסטפאַליע װערט באַטראַכט װי אײנער פֿון די מקורים פֿונעם הײַנטװעלטיקן פֿעלקעררעכט.]]

דאָס פֿעלקעררעכט (פֿון לאַטײַניש ius gentium, „רעכט פֿון פֿעלקער”) איז אַ איבערמלוכישע רעכט־סדר אױס פּרינציפּן און כּללים, דורך װאָס די שײַכות צװישן די פֿעלקעררעכטלעכע נושאי זכויות (ראשית מלוכות) װערן רעגולירט אויף דער באַזיס פֿון גלײַכרעכטיקײט.

דער הויפּט־מקור פֿונעם הײַנטװעלטיקן פֿעלקעררעכט איז מגילת (די טשאַרטער) פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער. זי אַנטהעלט אַ אַלגעמײנעם פאַרװער פֿון גװאַלד, װאָס גילט פֿאַר אינטערנאַציאָנאַל געװױנהײט־רעכט אומאָפּהענגיק פֿון אַ מיטגלידערשאַפט אין די פֿאַראײניקטע פֿעלקער און װאָס פֿאַרװערט די מלוכות צו האַלטן אָנפאַל־מלחמות, און באַסטעטיקט דאָס רעכט פֿון די אינדיװידועלע אָדער קאָלעקטיװע זיך-פאַרטײדיקונג.

מקורים פֿונעם פֿעלקעררעכט זענען צװײ־ און עטלעך־זײַטיקע טראַקטאַטן, אינטערנאַציאָנאַל געװױנהײט־רעכט און אַלגעמײנע רעכט־פּרינציפּן (38סטער אַרטיקל, ערשטער אָפּסאַץ, אותיות א‛, ב‛ און ג‛ פֿון חוקת פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט פֿון יוסטיץ).

השפּעהדיקע ייִדישע פֿעלקעררעכט-יוריסטן זענען לאַסאַ אָפּענהײַם (העברעיש׃ לסה אופניים), אײאַל בענװענישׂתי (העברעיש׃ איל בנבנשתי), יאָראַם דינסשעײַן (העברעיש׃ יורם דינשטיין),הערש לאַוּטערפּאַכט (העברעיש׃ הרש לאוטרפאכט), רות לאַפּידעס (העברעיש׃ רות לפידות), ראָבי סאַבעל (העברעיש׃ רובי סיבל), יעקבֿ ראָבינזאָן (העברעיש: יעקב רובּינזון),שמשון ראָזנבױם (העברעיש׃ שמשון רוזנבאום), שאַבתאַי ראָזען (העברעיש׃ שבתאי רוזן) און נאַתאַן פֿײַנבערג (העברעיש׃ נתן פיינברג).

  1. יורם דינשטיין: המשפט הבינלאומי. בוך א‛: המספט הבינלאומי והמדינה (תל אביב 1971); בוך ב‛: סמכויות המדינה כלפי פנים (תל אביב 1972); בוך ג‛: אמנות בינלאומיות (תל אביב 1974); בוך ד‛: תביעות בינלאומיות (תל אביב 1977); בוך ה‛: המשפט הבינלאומי האל־מדינתי (תל אביב 1979, מסת"ב 978-965-19-0024-2); בוך ו‛: דיני מלחמה (תל אביב 1983, מסת"ב 978-965-19-0108-9)
  2. רובי סיבעל׃ משפט בינלאומי. שריגים־ליאון 2010, מסת"ב 978-965-442-074-7
  3. שבתאי רוזן׃ בנבכי המספט הבינלאומי. ירושלים 2013, מסת"ב 978-965-536-018-9
  4. נתן פיינברג׃ ארץ־ישראל בתקופה המאנדאט ומדינה ישראל. בעיות במספט הבינלאומי. ירושלים 1963
  5. Nathan Feinberg: Studies in International Law. Jerusalem 1979, ISBN 978-965-223-324-0
  6. L. Oppenheim; H. Lauterpacht: Oppenheim’s International Law: Volume I: Peace (London 1962); Volume II: Disputes, War and Neutrality (London 1969)