באַניצער:רוני/ײִדיש־רעדער לערנען א קאָרעקטן ײִדיש
מראה
דער בלאַט װעט ארױס העלפֿן ײִדישע ליבהאָבער װאָס קענען שױן ײִדיש פֿון דער הײם אָבער װילן זיך דערװיסן דעם קאָרעקטן אױסלײג לױט דער אַקאַדעמיע ייווא.
דער בלאַט שרײַב איך לױט מײַנע אײגענע טעותים װאָס איך בין זיך אָפֿט טועה, און לױט אָפֿטע טעותים װאָס איך זע פֿון אונדזערע װיקיפּעדיער.
עצה טובֿה! לײענט ײדישע װערק (פארווערטס, לעבנס פראגן, אלגעמיינער זשורנאל און נאך) זיך צו באַקענען מער!
אָפֿטע טעותים אין אױסלײג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פארשידענע -> פֿאַרשײדענע
- נאנט -> נאָענט (וואס איז דער כלל?)
- ליינער -> לײענער (וואס איז דער כלל?)
- אלס -> װי (כאשר...)
- שטומע אה"ע -> אראפנעמען (וואס איז דער כלל?)
- העברעאיש -> העברעיִש
- איהר -> איר
- ליעב -> ליב
- ג -> ק (וואס איז דער כלל?)
- דאזיגן -> דאָזיקן
- הויבט -> הײבט (וואס איז דער כלל?)
- י/א -> ע (וואס איז דער כלל?)
- צוביסלאך -> צוביסלעך
- פערזענליך -> פּערזענלעך
- עטליכע -> עטלעכע
- אונד -> און
- אונזערע/אונז -> אונדזערע/אונדז
- ענק/עטס -> איר/אײַך
- נישט -> ניט
- אויסקלויבן -> אױסקלײַבן
- אָ (AU) -> אױ
- אסטראליע -> אױסטראַליע
- אגוסט -> אױגוסט
- אטא -> אױטאָ
- איינציקע קאנסאנאנט -> טאָפּלטע קאָנסאָנאַנטן
- אריינעמען -> אַרײַננעמען
- פארעכטן -> פֿאַררעכטן
סתם ניט נוציקע װערטער בפֿרט בײַ דער חרידישער קהילה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גראַמאַטיק טעותים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – יידישע גראמאטיק
- אַכטונג געבן אויף די כּללים פֿון נאָמינאַטיוו אַקוזאַטיוו דאַטיוו:
- איר (נעמען) -> זי (נעמען)...
- "צו װעמען" איז ריכטיק, אָבער בײַ אַ פֿראַגע שרײַבט מען "צי האָסטו...?"
װי אַזױ שרײבט מען ײִדישע אותיות מיטן קלאַװאַטאָר?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך האָב איצט געלערנט אַ נײַע מעטאָד װי אַזױ צו שרײַבן שנעל ײִ דישע אותיות.
- דרוקט דעם רעכטן ALT צוזאַמען מיטן ו צו שרײַבן צװײ װאָװן (װ)
- דרוקט דעם רעכטן ALT צוזאַמען מיטן י צו שרײַבן צװײ יודן (ײ)
- דרוקט דעם רעכטן ALT צוזאַמען מיטן ח צו שרײַבן װאָװ יוד (ױ)
- דרוקט דעם רעכטן ALT צוזאַמען מיטן מינוס (-) צו שרײַבן אַ רפֿה (ֿ)