לדלג לתוכן

אריה לייביש האלבערשטאט

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אריה לייביש האלבערשטאט זצ"ל (ה'תק"לט"ו תמוז ה'תקצ"א) איז געווען דער פאטער פון צאנזער רב דער דברי חיים.

רבי לייביש איז געבוירן אין יאר ה'תק"ל (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב שמחה פון בראד, אן אייניקל פון הרב צבי הירש "חריף" רב אין האלבערשטאט.

רבי לייביש איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, דאך האט ער זיך באשעפטיגט אין האנדל, אויף זיך צו ערנערן פון זיינע אייגענע הענט. אין א געלעגנהייט ווען רבי לייביש איז געפארן קיין דאנציג האנדלען האט ער אנגעטרויטן ביי זיין רבין הרב אברהם משה א זון פון הרב צבי הירש פון פשעווארסק, (באקאנט אלץ "דער ערשטער רבי משה'לי פשעווארסקער"), האט זיין רבי זיך אויסגעדריקט צו דער רביצין אז זיי דארפן האבן א געוויסע סומע געלט צו קענען חתונה מאכן זייער טאכטער. רבי לייביש האבנדיג ביי זיך די סומע, האט ער דאס דירעקט געגעבן דעם רבין, דערפאר האט ער באקומען א ברכה פון זיין רבין "ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער (ער האט דעמאלס נאכנישט געהאט קיין קינדער) און האבן א זון וואס וועט באלייכטן די וועלט".

אויף זיין עלטער איז רבי לייביש אויפגענומען געווארן דיין אין פשעמישל, אין בית דין פון הרב יוסף אשר ערענבערג.

רבי לייביש איז נפטר געווארן ט"ו תמוז ה'תקצ"א.

רבי לייביש האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב דוד פון טארניגראד, אן אייניקל פון הרב צבי אשכנזי דער חכם צבי. זייערע קינדער:

  • הרב משה יוסף האלבערשטאם (ה'תקנ"ו (אומגעפער) - ), רב אין זבארעוו. זיין טאכטער: