ארגאניזם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ארגאניסם)

‏אַן אָרגאַניזם איז אַ לעבעדיקער קערפּער, וואָס האָט אַ ריי אייגנשאַפטן, וואָס טיילן אים אָפּ פון דער טויטער מאַטעריע. די הויפּט סימנים פון אָרגאַניזמען און לעבן בכלל זיינען: מעטאַבאָליזם, ירושהדיקייט, די פעאיקייט צו באַנעמען און באַאַרבעטן די אינפאָרמאַציע פון דרויסן, וואַקסן און זיך מערן.

אָרגאַניזמען באַשטייען פון צעלן, און עס זיינען דאָ איין־צעליקע אָרגאַניזמען (unicellular בלעז) און די, וואָס זיי שטימען אויס אַ סך צעלן (multicellular).

‏ביאָלאָגן צעטיילן די אָרגאַניזמען אויף דריי הויפּט־גרופּעס:

בעלי־חיים און פלאַנצן געהערן צו די אייקאַריאָטן. ‏

‏ווירוס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אַ ווירוס קען געוויינלעך נישט ווערן אָנגערופן אַן אָרגאַניזם, וויבאַלד זיי קענען זיך נישט רעפּראָדוצירן פון זיך אַליין, נאָר מוזן האָבן אַ גאַסטגעבער צעל. ‏

‏לעבנס טעג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינע פון די גאָר וויכטיקע זאָכן פון אַן אָרגאַניזם איז ווי לאַנג דאָס לעבט. עס זענען דאָ אַזעלכע וואָס לעבן נישט מער ווי אַ טאָג, ווידער אום זענען דאָ אַזעלכע וואָס קענען לעבן טויזנטער יאָרן.