אמעריקאנער בירגערקריג
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון אמעריקאנער בירגער-מלחמה)
די אמעריקאנער בירגער קריג איז פארגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן אין די יארן 1861 — 1865 , צווישן די שטאטן פונעם פארבאנד (25 צפון שטאַטן) און די קאנפֿעדעראטישע שטאטן (11 דרום שטאַטן).
די דרום שטאַטן האבן געמאלדן אז זיי צעשיידן זיך פונעם פאראיין נאכן נצחון פון אברהם לינקאלן און די רעפובליקאנער פארטיי אין די פרעזידענטליכע וואלן אין 1860. די הויפּט סיבות פֿאַר דער אמעריקאנער בירגער־קריג זענען שטאַטן רעכט, עקאָנאָמיק און נאַציאָנאַליזם.