אינפרארויט
מראה
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/0/0c/Infrared_dog.jpg/250px-Infrared_dog.jpg)
אינפֿראַרויט (IR) ליכט איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג מיט א כוואליע-לענג לענגער ווי ליכט וואס מענטשן קענען זען אבער קירצער פון מיקראכוואליעס, צווישן 740 נאנאמעטער און 1 מילימעטער. מען קען נישט זען די שטראלונג אבער מען קען זי שפירן ווי היץ. רוב היץ שטראלונג וואס זאכן לאזן ארויס ביי נארמאלע טעמפעראטורן איז אינפרארויט. א פייער לאזט ארויס מער אינפרארויטע שטראלונג ווי זעבארע שטראלונג.
דער אסטראנאם וויליאם הערשעל האט אנטפלעקט אינפרארויט שטראלונג אין 1800.
מען ניצט אינפרארויט ליכט אין אינדוסטריעלע, מעדיצינישע און וויסנשאפטלעכע אנווענדונגען.
עטימאלאגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס ווארט אינפרארויט קומט פון לאטיין: infra אינפֿראַ (טייטש: אונטער) און דאס יידיש ווארט רויט, ווייל דער פרעקווענץ פון אינפרארויט איז אונטער (נידעריגער) דעם פרעקווענץ פון רויטן ליכט.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/4/4a/Commons-logo.svg/30px-Commons-logo.svg.png)
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אינפרארויט