לדלג לתוכן

איניעס

פֿון װיקיפּעדיע
איניעס אנטלויפט בשעת דער טרויאנישער קריג

איניעס איז א טרויאנישער העלד און פרינץ פון. פון דער גריכישער און רוימישער מיטאלאגיע. ער איז געווען דער זון פון דעם טרויאנישן פרינץ אנטשיסעס און זיין מוטער די אפגאטין "ווענוס" (אין דער רוימישער מיטאלאגיע) אדער אפראדיטע (אין דער גריכישער מיטאלאגיע).

די געשיכטע פון איניעס' נסיעה פון דער פארניכטונג פון טרוי און זיין וועג צו איטאליע ווערט דערציילט אין דער פאעמע איניאיד פון דעם רוימישן דיכטער ווערגיל. איניעס ווערט אויך דערמאנט אין דער גריכישער עפּישער פאעמע איליאדע פון האמעראס, וואו ער ווערט פארגעשטעלט אלס איינער פון די העלדישע קעמפער פון טרוי.

איניעס איז איינער פון די הויפט ראלעס אין העקטאר בערליאזנס אפערע Les Troyens‏ (1857).