לדלג לתוכן

IP אדרעס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון איי.פי. אדרעסע)

איי פי (IP - Internet Protocol) אדרעס איז דער אדרעס פון יעדן באזנודערן קאמפיוטער אויף א קאמפיוטער נעצווערק וואס ניצט די IP סיסטעם פאר קאמפיוטער נעאצװערקן. די אינטערנעט ניצט די IP סיסטעם.

א יעדע מאשין וואס נעמט טייל אין א קאמפיוטער נעצווערק וואס ניצט IP - צום ביישפיל קאמפיוטערס, פרינטערס, אדער רוטירערס - האט אן IP אדרעסע.

מען קען דאס באטראכטן ווי א היים אדרעסע אדער א טעלעפאן נומער.

אן IP אדרעס קען זיין אז עס זאל אויסקוקן ווי עס געהערט צו מער ווי איין מאשין דורך א פראקסי אדער רוטירער וואס טוט נעט.

IP אדרעסן ווערן פארוואלט דורך די אינטערנעץ אסיגנירן נומערן אויטאריטעט זיי געבן ארויס גאנצע שטיקער IP אדרעסן צו קלענער פארוואלטערס פון וועלטליכע געגענטער און די געבן דאס פאר גרויסע ביזנעסער אדער ISP.

אן IP אדרעס איז א לאגישער אדרעס, אנדערש ווי א MAC אדרעס וואס איז א פיזישער אדרעס.

עס זענען היינט דא צוויי ווערסיעס פון IP אין באניץ, IP ווערסיע 4 און IP ווערסיע 6, עס איז דא אסאך חילוקים אין די צוויי, און צוליב דעם וואס ווערסיע פיר ווערט מער באנוצט איז ווען מען זאגט סתם IP מיינט דאס ווערסיע פיר.

עיקר ארטיקל: IP ווערסיע 4

IP ווערסיע 4 ניצט נאר 32 ביטס (פיר בייטן) פאר אדרעסעס, און איז דערפאר איינגעצוימט צו 4,294,967,296 (232) מעגליכע אדרעסען. עס זענען אבער דא אדרעסען וואס זענען צוגעטיילט ספעציעל פאר פריוואטע אדרעסן (בערך 18 מיליאן אדרעסען) און צו אויסרופען (Multicast) אדרעסן (בערך 270 מיליאן אדרעסען). די אלע זאכן צוימן איין די וואוקס פון די אינטערנעט, IP ווערסיע 6 וועט דעריבער איבערנעמען.

א משל פון אן IP ווערסיע 4 אדרעס: 127.0.0.1 דאס הייסט א Loopback (פירצוריק) אדרעס און פירט אלעמאל צוריק צו די אייגענע קאמפיוטער.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – IPv6


IP ווערסיע 6 איז די נייע סיסטעם פון IP. ווינדאוס וויסטע, מעק OS X האבן דאס אריינגעבויט אין זיך. אויך אסאך ווערסיעס פון לינוקס האבן דאס אריינגעבויעט. אן IP אדרעסע פון ווערסיע 6 איז 128 ביטס (16 בייטס) וואס אפילו מען זאל ארויסגעבן מיט אביסל אן איבערגעטריבענע מאס, קוקט נישט אויס אז עס זאל א מאנגל אין די נאנטע צונקופט. עס קומט אויס אז עס איז מעגליך דרוך דעם צו האבן 1038×3.4 אדרעסן.

[1] איין פארשער האט געזאגט אויף דעם אז עס קומט אויס אז עס וועט זיין בערך 5000 אדרעסן פאר יעדע מעטער פון די ערדס פלאך. דאס מאכט דאס גענוג און נאך פאר די צונקונפט כאטש א יעדע סעל פאון און קארס און אנדערע פרעזענליכע מאשיןען וועלן ניצען די אינטערנעט.

משל פון IP ווערסיע 6 אדרעסע: 2001:0db8:85a3:08d3:1319:8a2e:0370:7334



  1. Article (ארכיווירט 02.06.2007 ביי דער Wayback Machine) in MIT magazine Technology Review