אידענטיטעט גניבות

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אhדענטיטעט גניבות איז דער מאדערנער וועג פון בארויבן א צווייטן אין די היינטיגע וועלט פון עלעקטראנישע באנקירונג און קרעדיט.

אידענטיטעט גניבות איז זייער אן ערנסטע פראבלעם וועלכע באטרעפט מיליאנען אמעריקאנער יעדעס יאר. א מענטש לעבט זיך זיין לעבן און ארבעט שווער אויפצובויען א גוטע קרעדיט און איינמאל ער האט דאס שפירט ער א צופרידענער. אבער קיינער איז נישט פארזיכערט מיט די אייגענע האריוואניע. עס זענען פאראן גנבים וועלכע לאקערן אויף אידענטיטעטן פון פרעמדע מענטשן און מיטאיינמאל ווערט מען געוואויר אז איינער האט גע'גנב'ט זיין אידענטיטעט און האט באשטעלט קרעדיט קארטלעך, געעפענט באנק אקאונטס, און געטאן קרימינאלע אקטיוויטעטן אויף זיין נאמען. יעצט וועט דער קרבן האבן די ארבעט פון גיין אויפווייזן אז ער איז אומשולדיג וועלכע איז נישט א גרינגע ארבעט און אפילו ווען מען איז שוין סוקסעספול ליידט מען דערפון אסאך.


אידענטיטעט גניבות סארטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פראפעסיאנאלע אידענטיטעט גנבים בארויבן אידענטיטעט פון מענטשן אדער צו טאן פינאנציעלע שווינדלן אדער פארקויפן דאס פאר ערנסטע פארברעכער וועלכע נוצן די נעמען צו טאן אלע סארט פארברעכנס אויף א צווייטענס נאמען. די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע זאגט אז ארום 10 מיליאן מענטשן דערזעען זיך אלס א קרבן פון אידענטיטעט גניבות יעדעס יאר און נאך ווייסן אפילו נישט אז זייער אידענטיטעט איז גענוצט געווארן.

פעלער וואו מען האט גענוצט אידענטיטעט גניבות זענען געווען פאר באנק שווינדל, קרעדיט קארד שווינדל, קאמפיוטער און טעלעקאמיוניקאציע שווינדל, סאציאלע פראגראמען שווינדל, טעקס ריטורן, פאסט, און נאך אסאך. די לאו ענפארסמענט אגענטורן האבן ארעסטירט דעם פארגאנגענעם יאר ארום 10,000 מענטשן פאר פינאנציעלע שווינדל און פון דעם האט 94 פראצענט אריינגעמישט אידענטיטעט שווינדל.

אידענטיטעט גניבות ווערן אויך גענוצט צו שמוגלן מענטשן פון איין לאנד צו א צווייטע און צווישן זיי קרימינאלן וועלכע מעגן נישט פארלאזן דאס לאנד אדער ווערן געזוכט פאר פארברעכנס.


אן אידענטיטעט ווערט גע'גנב'ט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א פשוט'ע ביישפיל פון אן אידענטיטעט גניבה איז ווען מענטשן קויפן איין אין געשעפטן און לאזן איבער די קאפי פון די רעסיט אדער ווארפן דאס אריין אין מיסט קאסטן. די רעסיט פארמאגן טיילמאל די גאנצע קרעדיט קארד נומער וועלכע מען האט גענוצט, די עקספערעישן דאטום, און די אונטערשריפט פון דעם אייגנטומער. גנבים באמערקן שנעל די זאכן און וועלן אויפנעמען דעם רעסיט און נוצן די קרעדיט קארד נומער צו באשטעלן פראדוקטן און סערוויסעס און פאר א נויט וועלן זיי גרינג קענען פארשאפן דעם אייגנטומער'ס אדרעס ווייל זיין נאמען איז אויך ארויפגעשריבן אויף די רעסיט און ער קען דאס גרינג אויפזוכן אין א טעלעפאן בוך.

דער אייגנטומער וועט זיך אפילו נישט כאפן ביז ער וועט באקומען די קרעדיט קארד ביל און טייל מענטשן באמערקן דאס דעמאלט אויך נישט ווייל זיי קוקן נישט איבער געהעריג די ביל. דער גנב האלט נישט לאנג איין קרעדיט קארד. ער מאכט עטליכע איינקופטן און ווארפט אוועק דעם נומער און דאס איבעריגע בלייבט אויף אייערע פלייצעס. איר וועט דארפן שטעלן טענות און איבערצייגן די קרעדיט קארד פירמע אז איר זענט נישט שולדיג.

אייער אונטערשריפט ליגט אויך אויף א רעסיט און דאס קען שוין זיין פיל מער געפארפול. דער גנב קען זיך גרינג אויסלערנען וויאזוי נאכצומאכן אייער אונטערשריפט און אויב ווייסט ער אביסל מער וועגן אייער פינאנציעלע לעבן וועט ער מאכן א לעבן אויף אייער חשבון.

א צווייטע פשוט'ע ביישפיל פון א אידענטיטעט גניבה איז ווען עס קומט אן א פון פריער באשטעטיגטע קרעדיט קארד פארשלאג אין אייער נאמען און איינער גנב'ט דאס ארויס פון די פאסט אדער פון א מיסט קאסטן נאכדעם וואס דער אייגנטומער האט עס אוועקגעווארפן. דער גנב וועט באשטעלן א קרעדיט קארד און פארלאנגן א טויש אין די אדרעס און וועט זיך מחיה זיין דערמיט און דאס אויסנוצן ביז'ן לעצטן טראפ. דער אייגנטומער וועט ערשט געוואויר ווערן דערפון ווען די קרעדיט קארד פירמע וועט נאכפאלגן ווער עס דארף באצאלן דערפאר און וועט דאס פארלאנגן פון דעם אייגנטומער.

איינמאל יענער האט שוין אייער אינפארמאציע וועט ער דאס אוועקלייגן און ער וועט יארן שפעטער קענען באשטעלן א נייע קרעדיט קארד אויף אייער נאמען און דאס זעלבע שפיל וועט זיך איבער'חזר'ן. א אידענטיטעט גנב דארף נישט מער ווי אייער נאמען,אדרעס, סאשעל סעקיוריטי נומער, באנק אקאונט נומער, וואו איר ארבעט, און וויפיל איר פארדינט. און מיינט נישט אז ער קען דאס נישט באקומען. א שטייער דאקומענט וועלכע מענטשן ווארפן ארויס קען האבן די אלע אינפארמאציע און א טשעק סטאב קען אויך האבן די אינפארמאציע.

איינמאל דער גנב האט די אינפארמאציע קען ער האבן צוטריט צו אייער באנק אקאונטס, עפענען נייע באנק אקאונטס אין אייער נאמען, באקומען אן הלוואה, ליעסן א קאר, באשטעלן אינשורענס, א.א.וו.

עס זענען פאראן א רייע וועגן וויאזוי א גנב קען באקומען אייער אינפארמאציע גרינגערהייט. זיי זוכן אין די מיסטקאסטנס, דינגן סעילס קלוירק צו רעקארדירן אינפארמאציע אדער דאס איינ'חזר'ן, גנבנ'ן פאסט וועלכע שמעקט אז עס פארמאגט אינפארמאציע, ווי שטייער דאקומענטן, ביללס און פינאנציעלע סטעיטמענטס. מען גנב'ט אינפארמאציע אין דאס פלאץ וואו מען ארבעט דורך אונטערשטעלן אן ארבעטער. אין שפיטאל נעמט מען אוועק רעקארדס אן דעם וואס איינער זאל באמערקן, מען גנב'ט אינפארמאציע אין פינאניעלע אפיסעס, פון לענדלארס, און צום לעצט איז קאמפיוטער גניבות וואו די פראפעסיאנאלע גנבים קענען גרינג באקומען אנדערע מענטשנס אידענטיפיקאציעס דורך אריינהעקן אין אנדערע קאמפיוטערס צי פריוואט אדער גאר אין א פינאנציעלע פירמע.

יעדע פלאץ וואו מען שרייבט אריין די אינפארמאציע קען זיין א ציל פאר אידענטיטעט גנבים וועלכע לאקערן איבעראל און האבן אגענטן אין יעדע פינאנציעלע אפטיילונג. געווענליך זענען צייטווייליגע ארבייטער פארמישט אין אזעלכע זאכן ווייל צייטווייליגע ארבייטער נעמט מען אויף גרינגערהייט און מען קוקט זיי נישט צופיל נאך. די ארבייטער גנב'נן אינפארמאציע און דערנאך זאגן זיי זיך אפ פון די פירמע און ווען די בא'גנב'טע כאפן זיך וואס דא איז געשען איז שוין צו שפעט ווייל דער ארבייטער איז שוין נישטא און מען קען נישט נאכזוכן נאך אים ווייל אויך דא האט ער גענוצט א צווייטענס אידענטיטעט. אזוי זענען פאראן טויזענטער אגענטן וועלכע טוען די גניבה חלק און גיבן איבער די אינפארמאציע פאר די פראפעסיאנאלע גנבים וועלכע נוצן דאס און געבן אראפ א פראצענט פאר די אגענטן.

נאך א פלאץ וואו מען גנב'ט כסדר אידענטיטעט אינפארמאציע איז פובליק אינפארמאציע. דרייווערס לייסענס, ריעל עסטעיט רעקארדס, ביזנעס רעקארדס, אויטא אינפארמאציע, און נאך פארשידענע לייסענס וועלכע די שטאט גיט ארויס פאר מענטשן. די אלע אינפארמאציע זענען פובליק רעקארד און מען קען גרינג צוקומען דערצו. די גנבים נעמען אויף נעמען, אדרעסן, און טעלעפאן נומערן פון מענטשן דורך קלאסיפיידס אדער אדווערטייזמענטס און לאקערן אויף זיי ביז ווילאנג זיי טרעפן עפעס א דאקומענט און מאכן אן אידענטיטעט גניבה.


וויאזוי זיך צו היטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קיינער קען נישט טראכטן אז צו אים קען דאס נישט פאסירן ווייל עס קען יא און מען דארף זיין זייער פארזיכטיג דאס צו קענען פארמיידן. עס האט שוין פאסירט צו די שענסטע משפחות און גאר פאפולערע פיגורן אין אמעריקע. כאטש מען קען זיך נישט אינגאנצן ראטעווען פון אן אינדענטיטעט גניבה אפילו מיט די בעסטע פארזיכטיקייט איז אבער נאך אלץ ווערט צו טאן וואס מען קען יא און פארמינערן די שאנסן דאס זאל געשען. אט זענען עטליכע עצות:

נישט ארויסגעבן די סאשעל אינשורענס נומער פאר קיינעם נאר אויב עס איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה. טייל מאל וועט אויף אן אפליקאציע זיין די אפציע אריינצושטעלן די סאשעל סעקיוריטי נומער אבער דאס מיינט נישט אז מען מוז. ווען איר גיט דאס יא, בלית ברירה מאכט זיכער אז יענער שטעלט די אינפארמאציע אין א פארזיכערטע פלאץ און ער איז א פארלעסליכע מענטש.

יעדע קרעדיט קארט פארשלאג וואס קומט אין די פאסט און איר דארפט דאס נישט מאכט זיכער דאס צו פארניכטן בעפאר איר ווארפט דאס אוועק. מען דארף דאס צעשניידן אויף פיצלעך אז עס זאל נישט מעגליך זיין צוריק צו מאכן דעם פאזעל. אגב, איז כדאי צו וויסן אז מען קען זיך אפזאגן פון די הויפט קרעדיט פירמעס זיי זאלן מער נישט שיקן די פארשלאגן און מער נישט פארקויפן די אינפארמאציע פאר אנדערע פירמעס. דאס קען מען טאן מיט א פשוט'ע טעלעפאן קאל: 567-8688 1888

עס איז בעסער ארויפצולייגן ווי וויינגער אינפארמאציע אויף א טשעק. טייל מענטשן לייגן ארויף די נאמען, אדרעס, טעלעפאן נומער און נאך וועלכע איז שוין גענוג פאר א גנב צו מאכן עפעס דערמיט ווען ער האט דארט דעם אייגנטומער'ס אינטערשריפט און באנק אקאונט נומער.

איר זעט אסאך מאל ווי די אפגעשליסענע זוכן ארום אין די מיסט קאסטנס. זיי זענען טיילמאל אגענטן פאר די גנבים און באקומען פראצענטן פון וואס די גנבים פארדינען פון אינפארמאציע וועלכע זיי נעמען ארויס פון די מיסט. זיי זעען אויס ווי ארימע מענטשן אבער נישט שטענדיג איז עס טאקע אזוי. א גוטע עצה איז שטענדיג צו געדענקן מען זאל צערייסן אלע סענסיטיווע דאקומענטן וועלכע האבן אויף זיך אינפארמאציע.

זייט פארזיכטיג פאר פיקפאקעטינג. דאס זענען געלערנטע גנבים וועלכע גנבנ'ן ארויס בערזלעך פון די טאשן אן דעם וואס מען זאל באמערקן. דאס איז א טעכניק וועלכע ארבעט זייער גוט און מיליאנען מענטשן ווערן אזוי בגנב'ט יעדעס יאר און מען קען זיך נישט היטן דערפון. די עצה איז צו האלטן אין בערזל ווי ווייניגער אינפארמאציע מעגליך. נישט קיין סאשעל סעקיוריטי, פאספארט, געבוירטס סערטיפאקעט, אדער אנדערע ווערטפולע דאקומענטן אויף וועלכע אייער אינפארמאציע שטייט קלאר ארויסגעשריבן און אויך א בילד און אייער אונטערשריפט. ווי ווייניגער קרעדיט קארטלעך איז בעסער ווייל אויב דאס בערזל וועט בארויבט ווערן זאל כאטש די שאדן זיין וואס ווייניגער. אגב, איז א גוטע עצה צו נעמען בילדער פון אלעס וואס מען פארמאגט אין בערזל כדי אויב עס ווערט גע'גנב'ט זאל מען באלד קענען וויסן וואס מען האט דארט געהאט און טאן די נויטיגע שריט ווי רופן די קרעדיט קארד פירמע א.ד.ג.

עס איז וויכטיג צו באשטעלן א קרעדיט באריכט פון די הויפט קרעדיט פירמעס צו זען וואו די קרעדיט האלט און אויב עס זענען צוגעקומען נייע קרעדיט קארטלעך אדער הלוואות פון וועלכע איר ווייסט נישט. געוויסע פירמעס האבן א סערוויס אין וועלכע זיי וועלן אייך רופן אויב עס ווערט געמאכט א טויש אין די קרעדיט היסטאריע.

אויפ'ן טעלעפאן דארף מען זייער אכט געבן וואס מען רעדט און געדענקן נישט ארויסצוגעבן א קרעדיט קארד נומער אדער אנדערע אינפארמאציע נאר אויב איר ווייסט צו וועמען איר רעדט. טעלעמארקעטינג איז היינט זייער אויפגעכאפט און אויך די גנבים לאקערן דארט צו קענען גנבנ'ן אינפארמאציע.

סענסיטיווע דאקומענטן און גרויסע טשעקס זאל מען נישט אריינווארפן אין די פאסט קעסטל ווייל גנבים נעמען פון דארט ארויס פאסט. נעמט דאס צו דירעקט צו די פאסט אפיס. עס נעמט עטליכע מינוט לענגער אבער קען ווערט זיין אסאך.

אויב איר אפעלירט פאר קרעדיט און ווערט אפגעזאגט פרעגט פארוואס. דאס קען פאסירן נאכדעם וואס אייער אידענטיטעט איז ג'גנב'ט געווארן. דאס איז אויך א כלל אויף יעדע מאדנע פאסירונג אין אייער פינאנציעלע לעבן. אויב עפעס קלינגט נישט נארמאל רופט די קרעדיט פירמע אדער באנק און פרעגט וואס גייט פאר.


אויב עס פאסירט צו אייך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויב איר האט סיי וואספארא פארדאכט אז אייער אידענטיטעט איז גע'גנב'עט געווארן דארף מען די ערשטע זאך אנרופן די קרעדיט פירמעס און זיי אויספרעגן דערוועגן. אויב איר זענט קלאר אז עס האט פאסירט צו אייך דארף מען דאס איינמעלדן פאר די קרעדיט ביורא און אויך מאכן א פאליס רעפארט וועלכע וועט העלפן גיין ווייטער כווען די באנק, קרעדיט פירמע, אדער קרעדיט ביורא וועלן פרעגן דערוועגן.

די קרעדיט ביורא האט א ספעציעלע דעפארטמענט וועלכע גיט זיך אפ מיט אידענטיטעט גניבות און זיי וועלן די ערשטע זאך אפשטעלן אלס נייע קרעדיט קארדס און פארמיידן פון סיי וועמען צו בעטן נייע קרעדי אויף אייער נאמען. דער פרקאדעצור איז א לאנגע ביז מען זעט זיך ארויס דערפון און דוירכאויס די גאנצע צייט איז וויכטיג צו רעקארדירן אדער אראפשרייבן וואס יעדער רעפרעזענטיטיוו זאגט און ווער ער איז און וואו מען קען אים קאנטאקטן.

אויב אויך אייער סאשעל סעקיוריטי נומער איז גענוצט געווארן אין די אידענטיטעט גניבה איז דאס א באזונדערע פרשה פאר זיך און מען דארף קאנטאקטן די סאשעל סעקיוריטי דעפארטמענט און דאס איינמעלדן.


וואס טוט די רעגירונג דאס צו פארמיידן?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 98' האט קאנגרעס דעקלערט אידענטיטעט גניבות אלס א פעדעראלע פארברעכן וואס מאכט דאס פיל הארבער ווי יעדע אנדערע סארט שווינדל. די אויטאריטעטן דארפן דאס נעמען זייער ערנסט און די שטראפן פאר די פארברעכן איז אויך זייער הארב מיט א מאקסימום פון 15 יאר טורמע און גרויסע געלט שטראפן. אויב די אידענטיטעט גניבה טוט אויך באשווינדלן די באנק אדער אנדערע פינאנציעלע אינסטיטוציעס קען דאס גיין ביז 30 יאר טורמע.

דריי לאו ענפארסמענט אויטאריטעטן זענען פאראנטווארטליכט צו פארשן אידענטיטעט גניבות: די עף-בי-איי, די סיקרעט סערוויס, און א ספעציעלע אפטיילונג אינערהאלב די פאסט סערוויס וועלכע רופט זיך די פאסטעל אינספעקשן סערוויס. די ארגאניזאציעס שאצן אז אידענטיטעט גניבות קאסטן אפ אמעריקאנער 1.5 ביליאן דאלאר פער יאר און פארמערט זיך מיט גרויסע פראצענטן יעדעס יאר.

אמעריקע ליידט מער פון אידענטיטעט גניבות ווי אסאך אנדערע מאדערניזירטע לענדער ארום די וועלט וויבאלד דאס לאנד האט נישט קיין פארמאלע צענטראליזירטע אידענטיפיקאציע סיסטעם און רוב מענטשן נוצן זייערע דרייווערס לייסענס אלס זייער ארגינעלע אידענטיפיקאציע קארטל און א דרייווערס לייסענס איז גרינג צו באקומען אפילו אויב מען האט נישט קיין קלארע אידענטיטעט קארטלעך. סאשעל סעקיוריטי נומערן ווערן היינט גענוצט אויף זייער אסאך פלעצער און די גנבים קענען זייער גרינג צוקומען דערצו ווייל זיי קענען דאס טרעפן אין אקאונט אינפארמאציע, אינשורענס קארטלעך, עמפלוימענט רעקארדן, סטודענט איי-די קארטלעך, און אלע סארט פינאנציעלע רעקארדן.

דערפאר איז וויכטיג צו וויסן אז צו באשיצן די סאשעל סעקיוריטי נומער איז פריאריטעט נומער איינס און מען דארף געדענקן אז מען זאל דאס נישט ארויסגעבן נאר ווען עס איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה.

ווי געזאגט הייבט זיך דער פראבלעם אן ביי די דרייווערס לייסענס וואו מען קען גרינג באקומען א לייסענס דורך ברענגן א צווייטן צו איבערצייגן די אידענטיטעט. טייל סטעיטס האבן דאס שטרענגער געמאכט און זיי וועלן נאר געבן א צייטווייליגע לייסענס ווען אינדערצווישן וועלן די דאקומענטן געשיקט ווערן צו באשטעטיגן.

אינעם צוקונפט וועט גענוצט ווערן פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פארמיידן אידענטיטעט גניבות ווען מענטשן וועלן אינטערגעזוכט ווערן דורך ביאמעטיקס וועלכע וועלן פעסשטעלן אויב דער מענטש איז טאקע וועמען ער זאגט ער איז דורך פינגער אפדרוק, סקענען דאס געזיכט מיט לעיזער, און דערקענען די קול פון א מענטש.