אידישער ווינקל
אידישער ווינקל איז א פולשטענדיגער נייעס קוואל אויף דער אידישער שפראך וואס האט אנגעהויבן ערשיינען אין יאר 2015 אויף טוויטער און פארמאגט היינט זייטלען און קאנאלן אויף די אפליקאציעס פון אינסטעגראם, טעלעגראם, יוטוב און וואטסעפ, אזוי אויך האט זי אפערירט א וועבזייטל וואס איז שוין יעצט נישט אקטיוו.
דער נייעס גרופע פאררופט זיך אלס די "גרעסטער און פאפולערסטער נייעס פלאטפארמע אין אידיש". אויף טוויטער פארמאגט זי א גרעסערע צאל נאכפאלגער ווי די אידישע פירנדיקע צייטונג, דער פארווערטס פארמאגט, מיט א באזע פון העכער פינף טויזנט פאלויערס, אויף אינסטעגראם שטייט די ציפער ביי העכער אכצן טויזנט פאלויערס.
אידישער ווינקל ערשיינט דורך עטליכע חרדי'שע בלאגערס און דעקן א מערהייט פון אידישע, נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע נייעס ארום דער וועלט. די נייעס איז ערשטקלאסיג געשריבן און פארמאגט א צענזור אויף פרויען ווי אין דער גאנצער ארטעדאקסישער מידיא.
אידישער ווינקל איז מער אקטיוו דורכאויס טראגעדיעס און נייעס וועלכע דעקן אידישע אנגעלעגנהייטן ווי אינצידענטן אין דער מיטל מזרח, און זענען געווענליך שנעל מיט באריכטן. זייער דעקונג באציעט זיך מיט באריכטן פון ביידע זייטן פון דעם פאליטישן ספעקטרום.