לדלג לתוכן

אטעיזם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אטעאיסט)
דער אטעיסט קארל מארקס

אַטעיזם באשטימט די אָפּוועזנהייט פון גלויבונג אדער אַן אַבנעגאַציע פון דעם עקזיסטענץ פון אַ גאָט. אַנדעש זענען די וואָס זאגן אז זיי ווייסן נישט אויב ס'איז פאראן א גאָט אדער נישט, וואָס הייסן אַגנאָסטיקן.

אויך ווערן זיי גערופן אפיקורסים אדער מינים, דער נאמען אפיקורס שטאמט נאך א מענטש אן אטעיסט וואס האט געהייסן "אפיקורס".

עס איז קיינמאל אין היסטאריע נישט געווען א גרויסע געמיינדע פין אטעיסטן, ווייל אייביג האבן רוב מענטשן געהאלטן אז דאס איז קעגן שכל, ווייל עס זענען געווען צופיל אומפארשטענדישן אין נאטור, און די בעסטע טעאריע איז געווען אז דאס איז די ווערק פון א גאָט. אבער מיט די פארשריט פון טעכנאלאגיע און וויסענשאפט זענען אפירגעקומען וואס מער קלארערע און פעסטגעשטעלטע טעאריעס איבער די ארבייט פון נאטור, און ס'האט זיך געמערט דיד וואס גלייבן נישט אין גאָט טעאריע צו ערקלערן די געשעענישן.