לדלג לתוכן

אומזינסט

פֿון װיקיפּעדיע

אומזינסט מיינט פריי אן אפצאל, אז מען קען הנאה האבן עפעס א גוטס פון אן אנדערן'ס ארבייט אן קיין שום קאסטן.

עס ווערט אסאך גענוצט אין די ענגלישע שפראך מיטן נאמען פריי ווייל א זאך וואס מ'דארף גארנישט צאלן איז דאך פריי פון א חוב אדער עול וואס דאס מיינט פרייהייט.

א ביזנעס קען אויך אמאל פארטיילן זאכן בחנם, כדי זיך צו רעקלאמירן. אזוי אויך נייע רעסטוראנטן גיבן צו עסן פאר פרי.

מען נוצט דאס אויך לרעה אז מען באקומט א שלעכטער זאך פון איינעם זאגט מען ער טשעפעט מיך בחינם.

רוב מאל ווען איינער גיבט עפעס אוועק פאר אומזיסט איז דאס נישט צופיהל ווערט.

א באקאנט יודיש ווערטל איז בחנם באקומט מען כינים, דאס באדייט אויב ס'קאסט גארנישט איז עס טאקע אזויפיהל ווערט.

אבער ביי פרומע יודן איז דא די באגריף פון לשם מצוה: אויב מ'האט עפעס א חפץ ווי צב"ש א פרידזשידער אדער וואש מאשין, און ער קויפט א נייע אבער די אלטע ארבעט נאך גאנץ פיין, אדער א רעקל וואס איז שוין נישט זיין מאָס, איז ווי איידער עס אוועקווארפן אין די מיסט אדער זיך מוטשען עס צו פארקויפן אין א צווייט האנטיגע געשעפט, רעקלאמירט ער אז ער גיבט עס אוועק לשם מצוה און ווער עס וויל זאל עס קומען אפנעמען.

דאס ווערט אפט באטיטלט מיטן לשון הקודש'דיגן אויסדרוק: זה נהנה וזה לא חסר. דער האט הנאה און פונעם ערשטן פעהלט לכבוד דעם גארנישט.

אין די חרדישע צייטונגען איז דא וועכנטליך קלאסיפיידס-אפטיילונגען פון זאכן אוועקצוגעבן לשם מצוה. ספעציעל פאר פסח ווען אסאך קויפן נייע זאכן.