אַסימעטרישע קאמף
אַסימעטרישע קאמף איז אַ מלחמה צווישן קעגנערס וועמענס מיליטערישע אָדער עקאָנאָמישע שטאַרקייט איז אינגאנצן אַנדערש, אָדער אז זייערע סטראַטעגיע'ס אָדער טאַקטיקן זענען גענצליך אַנדערש. געווענליך רעדט זיך עס פון א מלחמה צווישן א פראפעסיאנעלער ארמיי און מיליציעס פון אן אויפשטענדלערישע באוועגונג, וועמענס סטאטוס איז אפטמאל אומלעגאל.
אַסימעטרישע מלחמה איז דאס פארקערטע פון אַ סימעטרישע מלחמה, וואס באדייט אַ מלחמה סיטואַציע צווישן צוויי קרעפטן מיט אן ענליכע גרויסקייט אויפ'ן שלאכטפעלד, וועלכע באניצן זיך מיט ענליכע טאַקטיק'ן און סטראַטעגיעס. דער באַגריף זעלבסט איז געגאסן געווארן אין די 70'ער יאר'ן פונעם צוואנציג'סטן יאָרהונדערט .
אין אַן אַסימעטרישע מלחמה פּרוּאוון ביידע זייטן אויסצונוצן די שוואכקייטן פונעם קעגנער מיט'ן ציל פאראויסצושטופן זייערע מיליטערישע אָדער פּאָליטישע צילן. די שוואכערע זייט אין אן אסימעטרישער קריג באנוצט זיך צומאל מיט אומגעווענליכע קאמפף מעטאדן, צו ערפילן דעם מאנגל אין קוואליטעט און קוואנטיטעט פון מיליטערישע קראפט, באזירט אויף דער הנחה אז די שטארקער זייט וועט נישט וועלן צאלן דעם שווערן פרייז פון אינטערנאַציאָנאַלע דרוק אויב זיי באשליסן זיך אויך צו באניצן מיט די מעטאדן. טעראָריסטישע אפעראציעס זענען א ביישפיל פון א סארט אסימעטרישע קריג, אבער אסימעטרישע קריג נעמט אריין אויך אנדערע סארטן קעמפפן, ווי: פאלק'ס אויפשטאנדן, גערילע מלחמות, און נאך סיטואציעס אין וועלכע אן ארגאניזירטע מיליטערישע קראפט קאנפראנטירט א ווייניגער ארגאניזירטע קעגנער, מיט ווייניגער סאַפיסטאַקירטע וואפן א.א.וו.