לדלג לתוכן

א

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם בוכשטאַב. טאמער זוכט איר דאס ערשטע יידישע יאר, זעט א (יאר).
א
אלף
אלף
אלף בית
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י כ ל
מ נ ס ע פ צ
  ק ר ש ת  
ענדע אותיות
  ך ם ן ף ץ  

א (אַרויסגערעדט אַלעף) איז דאָס ערשטע אות פון אלף־בית אין העברעאיש און יידיש. דער "אלף" שטאַמט דערפון, װאָס אין דעם גאָר אלטן העברעאישן אלף־בית האָט דער בוכשטאב "אלף" געהאט דעם אויסזען פון א קאָפּ פון אן אָקס, און אן אָקס אויף העברעאיש הייסט "אלף". דאָס דאָזיקע אות הייסט אין דער אראמעאישער שפּראך "אלפא", און דערפון שטאמט אויך דער נאָמען פון ערשטן אות אין גריכיש ‏ "אלפא".

שי"ר (ראַפּאפּאָרט) אין תלמודיש־ענציקלאָפּעדישן ווערטער־בוך "ערך מלין" (זוכװאָרט "ארם") װיל האָבן, ‏ אז דער בוכשטאב "אלף" אָדער "אלפא" איז דער טייטש א "שיף".

דאָס אות "אלף" האָט אין דער העברעאישער שפּראך אויך געהאט די באדייטונג "דער ערשטער". די משנה שקלים ג' זאָגט, אז אין בית המקדש איז געווען א גרויסע קאסע און דאָרט איז געלעגן דאָס גאנצע געלט, װאָס מען האָט געגעבן פאר דעם בית המקדש, און ווען מען האָט געדארפן נעמען געלט האָט מען פון דאָרט ארויסגענומען אין דריי קוישן ("בשלש קופות תורמין את הלשכה"), "וכתוב בהן אלף, בית גימל", אויף די קוישן זענען געווען אויפגעשריבן די בוכשטאבן אלף, בית גימל, דאָס הייסט דער ערשטער, דער צווייטער און דער דריטער. אויך אין ספרים איז דער מנהג צו פארצייכנען דעם ערשטן בלאט אָדער דעם ערשטן טייל צי קאפּיטל מיט דעם בוכשטאב א'.

"א" האָט אויך די באדייטונג: "דער אָנהיב", און מיר געפינען אין דער גמרא שבת נ"ה "בני אדם שקיימו את התורה כולה מאלף ועד תיו" ("מענטשן, װאָס האָבן מקיים געווען די גאנצע תורה פון אלף ביז תיו", דאָס הייסט "פון אָנהױב ביזן סוף").

אין יידיש זיינען דא דריי פארשיידענע אלפֿן, פתח־אלף און קמץ־אלף ווי וואקאלן און אן אלף אן א נקודה וואס ניצט ווי א טראף־אלף (איבער, אונטער, אױג, אײנער, אײַזן) אדער ווי א שטומער־אלף וואס הײַנט ניצט מען נישט מער אין דער ייִדישער שפראך (איינציקע נוצן נאך דעם מחיצה־אלף למשל וואו וואוינען (זעט יידישע דיאלעקטן).