Windows 7

פֿון װיקיפּעדיע
עקראן־כאפ פון ווינדאס 7 Milestone 1 Build 6519

Windows 7 (איר קאָד נאָמען איז Windows Viene) איז דער נאמען פון דער Windows אפערירן סיסטעם, נאך Windows Vista, וואס איז פובליקירט געװאָרן סוף 2009. עס הייסט Windows 7 צוליב דעם וואס ס'איז די זיבעטע הױז Windows אפערירן סיסטעם. די סיסטעם איז געגרינדעט געװאָרן אינגאנצן פון דאס נײַ, אנדערש ווי די Windows Vista סיסטעם וואס איז געבויט געווארן אויף פריעריקע ווערסיעס. אויך Windows 7 שטיצט א באַטאַפּ עקראַן.

אײגנקײַטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Windows 7 איז אינטעגרירט מיט דער Windows Live.

Windows 7 אַרױסגאַבעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגנדיק איז א ליסטע פון די Windows 7 פעקלעך:

  • Windows 7 Starter - זייער א באַגרענעצטע און ביליגע ווערסיע פאר פרימיטיװישע און ארימע לענדער וועלכע דער Windows איז נאר וואס ארײַן אין מארק.
פון אירע באגרענעצטע פונקציעס: 1) עס שטיצט נאר א 32-BIT פראצעסער. 2)מען קען נוצן נאר 3 קאמפיוטער פראגראמען אין איין װײַלע. 3) עס שטיצט נישט א לאקאלער נעצווערק (נאר אַן אינטערנעץ־נעצווערק). 4) דאס קומט אָן דער AERO אינטערפײס.
  • Windows 7 Home Basic - א גרונטיקע ווערסיע פון Windows פארן הויז וואס קומט נישט מיט נעצווערק קאנפיגוראציעס און מיט דער AERO אינטערפײס.
  • Windows 7 Home Premium - די ווערסיע איז אויך פאר הויזלעכע באניצערס, אבער דאס דינט אויך ווי א מעדיע צענטרום אויף צו ארגאניזירן מולטימעדיע, ווידעא־רעדאַקטירונג און נאך.
  • Windows 7 Professional- די ווערסיע איז ענדלעך צו דער Windows XP Professional וואס דינט פאר ביזנעס אין ביורא אדער אין הויז. אין די ווערסיע פעלט געוויסע מעדיע פונקציעס וואס דער Home Premium האט.
  • Windows 7 Enterprise - די ווערסיע איז געמאכט פאר גרויסע ביזנעס געשעפטן וואס האט אין זיך פארגעשריטענע פונקציעס. (קומט מיט א Bitlocker).
  • Windows 7 Ultimate - די ווערסיע האט אין זיך אלע פריעריקע פונקציעס.
Windows אפערירן סיסטעמען

Windows 1.0 | Windows 2.0 | Windows 3.x | Windows 95 | Windows 98 | Windows NT | Windows Me | Windows 2000 | Windows XP | Windows Server 2003 | Windows Server 2008 | Windows Vista | Windows 7 | Windows 8