װיקיפּעדיע:באוועגן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Green check.png דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער אידישער וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס און עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגלישער וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעישער וויקיפעדיע) פאליסיס.


רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען

רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן

באוועגן א בלאט הייסט מען גיט א נייעם נאמען צום בלאט. דאס קען קומען צו ניץ, ווען דאס קעפל פון בלאט איז גרייזיג, קענט איר באוועגן דעם גאנצן ארטיקל צו א נייעם קעפל. די היסטאריע פון פריערדיקע ווערסיעס גייט אריבער צום נייעם בלאט. אויך ווען דער תוכן פון א בלאט ווערט געענדערט מאכט זיך אז מ'דארף טוישן דאס קעפל. ווען איר טוט דאס באוועגן וועט בלייבן ביידע צוויי קעפלעך, וואס איינס, די אלטע, וועט אויטאמאטיש זיך ווייטערפירן צום נייעם קעפל.

אכטונג דער טול איז דערווייל געאסרט צו באנוצען פארן זיך דורכרעדן אין רעדן זייט פון ארטיקל, זעהט מער איבער דעם פאליסי אין וויקיפעדיע:נאמען פון ארטיקל#טוישן אן אנדערן'ס קעפל.

ווי יעדע גוטע זאך איז דאס אויך גוט פאר וואנדאלן, וואס נוצן דאס צו אנזייען חורבן דורך אוועק פירן ארטיקלן פון איר פלאץ, האט מען דאס דערווייל פארשלאסן פאר איי.פי. אדרעסן צו נוצען. איר מוזט זיין איינגעשריבן און אריינלאָגירט זיך צו באנוצן דערמיט.


אויב עס מאכט זיך אז עס איז שוין פארהאן אן ארטיקל אין אן אנדער קעפל\נאמען קען מען דאס באוועגן דורך אויסמעקן די טעקסט דארטן און דאס אריבער פעיסטן פון דעם ארטיקל אהין און מאכן א רידיירעקט פון אלטן ארטיקל, אדער אויב זענעט איר נישט זיכער אדער פויל, דעריבער איז געאייגענט צו לייגן סתם אזא מוסטער {{באוועגן}} און א סיסאפ וועט יענץ אויסמעקן און באוועגן ווען ער וועט דאס באמערקן.

אויב טוט איר באוועגן אן ארטיקל, און עס קומט אייך ארויס א הודעה אז עס איז שוין פאראן אזא ארטיקל, דארפט איר פריער בודק זיין וואס שטייט אין דעם עקזיסטירנדן ארטיקל, און אריסערפירן פון דארט די נושאים וואס פעלט אין דער ארטיקל ואס איר ווילט באוועגן. אויפמערקזאם! אויב איר באוועגט צו אן ארטיקל וואס ענהאלט אין זיך נאר א ווייטערפירונג וועט אייך נישט קומען א הודעה אז עס איז שוין עקזיסט אזא ארטיקל, נאר עס וועט זיך אויטאמאטיש אויסמעקן לטובת אייער באוועגונג.

אויב אבער קומט אייך יא אן הודעה אז אזא ארטיקל עקזיסטירט שוין, אבער ווען איר גייט אריין אין יענע ארטיקל זעט איר אז זי איז לעער פון תוכן אדער האט נאר א ווידער-ריכטונג, איז דאס ווייל אין די עקזיסטירטע ארטיקל ליגט אינטערוויקיס אָדער אַ דיסקוסיע אינעם שמועס־בלאַט. אויף אזא פאל דארפט איר קאפירן פון דארט די געפעלטע אינטערוויקיס אין דער ארטיקל וואס שטייט צו באוועגן. ווארשיינליך איך זייער שווער צו נאכפאלגן גענוי וועלכע אינטערוויקי פעלט, דערפאר איז בעסער צו יא אויסמעקן די עקזיסטירטע ארטיקל, און גלייך נאך דעם קאפירן פון די ענגלישע וויקיפעדיע אלע אינטערוויקיס פון דער ארטיקל פון דאס ניי.

ווען איר באוועגט אן ארטיקל, ביטע גייט ארײַן אין די ענגלישע אונטערלינק און טוישט דארט די יידישע אונטערלינק צום נײַעם אַרטיקל, אזוי וועלן די ראבאטן נישט ממשיך זיין לײגן אונטערלינקן צו דעם קעפּל װעלכע רעכנט אַרײַן בלױז אַ װײַטערפֿירונג.

אכטונג: ווען איר באוועגט אן ארטיקל צו א נײַעם קעפל, האט אן אחריות און גייט צו הילף:בלעטער װעלכע פֿאַרבינדן אַהער (טרעפט דאס אין די זייטיקע מכשירים, אינעם דריטן מעניו קעסטל, דאס ערשטע קאמענד) בלאט, און טוישט די אלע װײַטערפֿירונגען זאלן דאס פירן דירעקט צום נייעם נאמען און נישט צום אלטן ביז איצטיקן נאמען, ווייל דאס איז א דאפלטע ווייטערפירונג וואס פארשווערט דעם סערווער און וועט מער נישט טראגן דירעקט דעם זיכער צום עצם ארטיקל.

מען קען נישט באוועגן א בלאט אין דעם קאטעגאריע נאמענטייל. צו ענדערן א קאטעגאריע נאמען דארף מען ענדערן אלע קאטעגאריע אנווייזונגען און קאפירן דעם אינהאלט פונעם רעדאקציע פענצטער.

פֿאָרזיכטיק פֿאַר סיסאָפּן: װען איר מעקט אױס אַ װײַטערפֿירונג בלאַט, מאַכט זיכער אַז דאס פֿאַלשע קעפּל האָט נישט בלעטער װעלכע פֿאַרבינדן אַהין.