װיקיפּעדיע:אדמיניסטראטארן

פֿון װיקיפּעדיע

[

  1. דער באניצער מוז זיין איינגעשריבן אין דער וויקיפעדיע א מאנאט.
  2. דער באניצער מוז האבן כאטש הונדערט באטיילונגען.
  3. דער באניצער מוז האבן (לעת עתה) דריי שטיצערס.

יעדער קען זיך אנגעבן צו ווערן א סיסאפ אין דעם בלאט.

כללים פאר די סיסאפן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • נישט בלאקירן קיינעם אויב מען האט א געפעכט מיט יענעם, ווייל מען איז א נוגע בדבר. און מען זאל דאס נאר טוהן ביז ווילאנג דער ענין ווערט איבערגענומען דורך אן אנדער סיסאפ וואס איז נישט קיין נוגע בדבר. נאר אויב מען ווארט און קיין איין אנדער סיסאפ וויל נישט קער נעמען האט מען נישט קיין ברירה.
וויפל צייט דארף מען ווארטן?

אסאך מאל אפאר טאג און אסאך מאל איז דאס וויכטיג אויף די סעקונדע אויב יענער געבט ארויס פריוואטקייט.

  • נישט בלאקירן IP אדרעסן אויף א לאנגע וויילע צוליב 2 סיבות:
  1. עס קען ווערן אימער געטוישט צו אנדערע אומשולדיגע באנוצערס.
  2. עס קען זיין אז דער IP אדרעסס געהערט צו א פובליק פלאץ ווי אין א ביבליאטעק, אוניווערסיטעטן, אינטערנעט קאפע א.ד.ג.

אויסשפארן וואנדאלן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעהט: וויקיפעדיע:אויסשפארן פאליסי

  • אויב זעהט מען א וואנדאל אין דער וויקי, זאל מען אים אויסשפארן נאר אויף 2 שטונדען. אויב דער זעלבער וואנדאל קומט צוריק וואנדאלירן, קען מען ארויף נעמען די שפארונג-צייט צוביסלעך. צום ערשטן אויף א טאג, נאכער אויף א וואך א.א.וו. אבער מען פארשפארט נישט גלייך אויף צוויי וואכן אדער מער, ווייל דאס קען ברענגען שנאה צום וויקיפעדיע.
  • נישט אויסשפארן א וואנדאל אויף אייביג! מיר דארפן אימער געבן א האפענונג צום וואנדאל זיך אומקערן צו א גלייכן וועג.
  • אויב איינער פריווט ארויסצוגעבן פריוואטקייט פון אנדער באנוצער מוז מען אים בלאקירן תיכף ווייל מען שפילט מיט פייער, ווייל חסידים ציטערן פון ווערן אויפגעדעקט אויפן אינטערנעט. מען קען אייביג יענעם צוריק אראפנעמען דעם אויסשפארונג ווען מען רעדט צו אים און מען זעהט קלאר אז דאס וועט זיך נישט איבער'חזר'ן, אדער אז עס איז געווען א טעות.

פארשפארן ארטיקלן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען עס איז פארהאן אן רעדאקטירונג מלחמה אדער וואנדאליזם אויף איין בלאט. קען מען דאס פארשפארן מיט די אנווייזונגען פון װיקיפּעדיע:ארטיקל פארשליסן פאליסי.

צוריקדרייען[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט אנווייזונגען: וויקיפעדיע:צוריקדרייען

אויב איר זעט אז איינער האט באענדערט גרייזיג אן ארטיקל; קען מען נוצן דאס צוריקדרייען קנעפל. אבער ווען מען נוצט זיך מיט דאס קנעפל דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווייל די פונקציע דרייט צוריק אלע לעצטע ענדערונגען אין דעם ארטיקל פון דעם זעלבן לעצטן באנוצער. אזוי אז אויך זיינע ערליכע ענדערונגען ווערט צוריקגעדרייט און אויסגעמעקט. דערפאר דארף מען פריער בודק זיין, צו דער זעלבער באנוצער האט נישט באענדערט דעם זעלבן ארטיקל פאר די גרייזיגע באענדערונג.